בלאט 1 פון 1

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:46 am
דורך אךשמח
א צייטונג איז געמאכט דורך מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו מאכן אמאל א טעות, אבער פארט איז אינטערעסאנט צו זען טעותים וואס נעמט זיך פון אומוויסנקייט און אסאך מאל בלייבט מען ערשטוינט צו זען אז דאס איז געדרוקט אין א אויסגאבע וואס ווערט צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן.

אין די היימישע צייטונגען באמערקט מען עס ליידער אויף א גאר גרויסען פארנעם, און איך וועל דא צוברענגען פון צייט צו צייט אויסצוגן פון טעותים וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט עס נישט געקענט פאסירן.