צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

צענזורירן בילדער למחצה לשליש ולרביע אין אידישע אויסגאבעס

שליחה דורך יידל »

וואס גייט פאר? ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די שטערן'ס מאכן בלוירי גויים. נו, דאס האט מען נאך אראפ געשלינגען. אבער די צוויי חידושים וועלכע איך האב געזען די וואך האט מיר שוין ממש ארויסגעברענגט פון די כלים.
א. "די וואך" בילדער אויסגאבע האט געהאט בילדער פון די פראנצוזישע סאנדלער טראגעדיע. האבן זיי געהאט א בילד פון דעם עראפלאן אין וועלכע די קערפער זענען געברענגט געווארן אויף א"י, און די נאמען פון די לופט-ליניע איז געווען אויסגעמעקט! קוקנדיג האב איך באמערקט פארוואס - די לופט ליניע איז נישט קיין אנדערע ווי אל-על! און אל על האט דאך א מגן דוד אין זייער סימבאל, און דאס טאר ח"ו נישט ערשיינען אין א פרומען אויסגאבע, האט מען דאס געמעקט.
ב. אויף די לוח המודעות אין וויליאמסבורג איז געווען אדווערטייזד א נייע ספר "מפתח של חיה" - עניני לידה. אויפן דעקל פון ספר איז א א בילד פון א זיס בעיבי. אבער אויפן עד האט מען למען השם ארויפגעלייגט א ווייסן קעסטל צו פארדעקן דעם פנימ'ל.
וואטס נעקסט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר