בלאט 1 פון 1

"די צייטונג"

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:59 am
דורך קליינער
דער באגאאבטער שריפטשטעלער קארל (ער פלעגט דא אמאל באלייכטן און זיין פון די רעדל פירער אינעם קאווע שטיבל און ווער עס געדענקט נאך יענער תקופה ווען מען פלעגט מיט געשפיצטע אויערן אויסהערן זיינע פערל ווערטער וואס פלעגט מיט א שטארקייט געזאגט ווערן, וועט באדויערן דעם פאקט אז מען זעט אים שוין זייער זעלטן אינעם שטיבל) האט אנגעשריבן עטליכע מאמרים איבער די אידישע צייטונגען דער איד און דער בלאט אבער האט נישט פארענדיגט און האט אויסגעלאזט דעם אנדערן צייטונג וואס הייסט מ'כלומר'שט דער צייטונג וואס איז געצילט צו געבן א מעגליכער פלאטפארמע פאר אלע חסידות'ער און שטרעמונגען וואס זענען נישט געבונדן צו דעם סאטמאר'ן קרייז אז אויך זיי זאלן שפורן אז זיי האבן וואו ארויסצוגעבן זייערע נייעסער און השקפה.

דער צייטונג וואס פלעגט אמאל גערופן ווערן "נייעס באריכט" איז געגרינדעט געווארן דורך ר' אברהם פרידמאן ני"ו וואס איז א וועטעראן עסקן און פלעגט זיין פון די, אדער דער סאמער גרעסטער, שרייבער אינעם דעמאלט-איינציגסטער אידיש-חרדישער צייטונג "דער איד", און האט ערגעץ וואו זיך פון דארט ארויסגערוקט און געעפנט זיין פאפולערן וואכנשריפט.

ער האט געהאט גוטע און פעטע יארן און איז געווען די איינציגע אלטערנאטיווער צייטונג וואס איז געווען אין די אידישע גאס, ביז עס איז ארויסגעקומען די צייטונג "דער בלאט" פון די ארונים און אביסל שפעטער מיטן וואוקס פונעם אינטערנעט ווען אלע צייטונגען האבן געכאפט ביטערע קלעפ איז ער אויך נישט געווען אן אויסנאם און זיי האבן דעריבער געזוכט ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן זייער צייטונג און ס'רוב ליינער זענען דערפון צופרידן.