"פארווערטס" גייט דידזשיטאל, און וויל שלעפן חסידישע ליינערס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך יידל » מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:18 pm

קודם כל עס גייט זיין בחנם, אנליין. צווייטנס, עס גייט זיין א ספעציעלער אפטיילונג אין היימישע חסידישע אידיש. די אפטיילונג גייט הייסן "אידיש מיט אן א" (לאפוקי אידישיסטישע יידיש מיט א י).
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:28 pm

יעצט זע איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט א נייע הודעה אויף זייער אידיש סייט http://yiddish.forward.com/node/4914

טײַערע לייענער,
נאָך 30 יאָר פֿון דערשײַנען ווי אַ וועכנטלעכע צײַטונג, קערט דער "פֿאָרווערטס" זיך אום צו זײַנע וואָרצלען. ער וועט נאָך אַ מאָל פּובליקירט ווערן טעגלעך, פֿינף מאָל אַ וואָך, אָבער איצט — מיטן אַרײַנגאַנג אינעם 21סטן יאָרהונדערט און אַ דאַנק דער נײַער טעכנאָלאָגיע — אויף דער אינטערנעץ, אָנהייבנדיק פֿונעם 4טן פֿעברואַר. מיר האָבן אַרײַנגעלייגט וואָגיקע רעסורסן, כּדי אײַך קענען אָנבאָטן אַ מער פֿאַרשיידנאַרטיקן און בעסערן זשורנאַליזם אויף ייִדיש בנוגע דער ייִדישער וועלט, און אַנטוויקלען yiddish.forward.com אין אַ מער לעבעדיקן, צוטריטלעכן און הײַנטצײַטיקן מעדיאַ־פּאָרטאַל פֿאַר דער וועלט־קהילה פֿון ייִדיש־לייענער, רעדער, לערנער און ליבהאָבער.
מיר דערגרייכן שוין מער מענטשן דורך דער אינטערנעץ ווי דורך דער געדרוקטער אויסגאַבע און ווילן צוקומען צו אונדזער פּאָטענציעלער לייענערשאַפֿט מיט מער אַנטוויקלטע מיטלען, מיט אַ פֿיל־מיניקן אינהאַלט און מכשירים, און מיטן באַניץ פֿון דיגיטאַלישער טעכנאָלאָגיע. אין גיכן וועט איר זען נײַע "בלאָגס", מער קלאַנג־ און ווידעאָ־פּראָגראַמען, און מעגלעכקייטן פֿאַר נישט־ייִדיש־קענער צו פֿאַרשטיין אונדזער וועבזײַט, אַ דאַנק די אונטערקעפּלעך אויף ענגליש. אין דער געדרוקטער צײַטונג, ווי אויך אויף דער אינטערנעץ, וועלן די נײַע, לעבעדיקע זײַטן פֿונעם "פֿאָרווערטס" ווײַטער שטעלן דעם טראָפּ אויף די טעמעס וואָס זענען צום האַרצן אונדזערע געטרײַע לייענער: נײַעס און רעפּאָרטאַזשן, קונסט און קולטור, ליטעראַטור, שפּראַך און פֿאָלקלאָר.

אויף דער וועבזײַט, אין עטלעכע חדשים אַרום, וועט איר קענען ניצן די "גיט אַ קוועטש"־טעכנאָלאָגיע און באַקומען תּיכּף איבערזעצונגען אויף ענגליש פֿון די ייִדישע ווערטער אויפֿן יסוד פֿונעם נײַעם "אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך", וואָס וועט העלפֿן מאַכן אונדזערע אַרטיקלען מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ סך לייענער. אונדזערע נײַע "בלאָגס" וועלן דעקן אַ ברייטע גאַמע פֿון ייִדיש־שטימען און מיינונגען און געבן אײַך די מעגלעכקייט זיך צו באַטייליקן אין די שמועסן. מיר האָפֿן אַרײַנצוציִען מער חסידישע לייענער און שרײַבער אין דער דיסקוסיע מיט אַ בלאָג וואָס הייסט — "אידיש מיט אן אלף", וואָס די חסידים גרייטן אַליין צו. מע קען זיך פֿילן היימיש אינעם בלאָג "נײַעס פֿאַר בני־בית". "ווײַטער", אונדזער פּובליקאַציע פֿאַר ייִדיש־סטודענטן, ווערט מגולגל אין אַ צײַטשריפֿט מיט אינטעראַקטיווע מעדיאַ־מעגלעכקייטן.
צו אונדזער אוצר פֿון ווידעאָס, וועט איר קענען איצט הנאה האָבן פֿון דער פּראָגראַם "וואָך בײַ וואָך", וואָס וועט אָפּמערקן וויכטיקע דאַטעס אויפֿן קאַלענדאַר, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש־פּערזענלעכקייטן און געשעענישן. אין דער סעריע "ייִדישע פּרנסות" וועט מען זיך באַקענען מיט די פֿאַרשיידענע מלאָכות און פֿאַכן פֿון די ייִדן אין ניו־יאָרק. אין דער נײַער פּראָגראַם "שיין בייקער אין שיין שאָו" וועט אײַך פֿאַרווײַלן דער פּאָפּולערער אַקטיאָר און רעציטאַטאָר. אַוודאי, וועט איר ווײַטער קענען זען אײַערע אַנדערע באַליבטע פּראָגראַמען ווי "עסט געזונטערהייט!" "רײַזעס פֿון אַ ניו־יאָרקער ייִד" און "צו גאַסט בײַם ׳פֿאָרווערטס׳". דערצו וועלן מיר אײַך פֿאַרבינדן מיט די נײַסטע און בעסטע ווידעאָס געשאַפֿן פֿון אַנדערע אויף דער אינטערנעץ.
יעדן טאָג וועלן מיר שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן גערעדטן לשון אין אַ נײַער סעריע ראַדיאָ־רעפּאָרטאַזשן אויף ייִדיש פֿון דער גאַנצער ייִדישער וועלט, מיט קאָרעספּאָנדענטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, רוסלאַנד, פּוילן, פֿראַנקרײַך, אַרגענטינע און אויסטראַליע. זיי וועלן אײַך דערציילן וועגן דעם לעבן און טעטיקייט אין זייערע קהילות.
כּדי אונדזער רעדאַקציע זאָל די ריזיקע פֿאַרברייטערונג אויף דער אינטערנעץ קענען דורכפֿירן, וועלן מיר מוזן דרוקן אונדזער צײַטונג יעדע צוויי וואָכן, אָנהייבנדיק פֿון די ערשטע וואָכן אין פֿעברואַר.
נאָר אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון לייענער ווי איר, קען דער "פֿאָרווערטס" ממשיך זײַן די ממשותדיקע ראָלע וואָס ער שפּילט אויף דער ייִדישער גאַס אין דער וועלט. מיר זענען ספּעציעל דאַנקבאַר דער "מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן־פֿונדאַציע" פֿאַר זייער ברייטהאַרציקער סובווענץ איבערצומאַכן אונדזער וועבזײַט. מיר בעטן אײַך אויך צו ווערן שטיצער, און געבן אַ שטײַערן־פֿרײַ בײַשטײַער אויף דער וועבזײַט:
yiddish.forward.com/join
אין תּוך זענען די נײַע באַמיִונגען אין דער טראַדיציע פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס דערשײַנט שוין באַלד 116 יאָר — צו ברענגען דעם בעסטן זשורנאַליזם אויף ייִדיש, און אויך מיט אײַער שטיצע, בעסער צו דינען דער גלאָבאַלער ייִדישער קהילה אין די קומעדיקע 120 יאָר.
באָריס סאַנדלער
שעף־רעדאַקטאָר
שמואל נאָריך
פֿאַרלעגער און פֿאַרוואַלטער
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יאנואר 29, 2013 11:25 am

און דער ישראל'ישער "הארץ" האט אויך וואס צו זאגן:
http://www.haaretz.co.il/captain/net/1.1917646
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 9:32 pm

הארץ האט געשריבן:כמו כן יתפרסם באתר בלוג עבור חסידים וחרדים, מאת כותבים חרדים, שקרוב לוודאי ישתמשו בשם עט. הוא ייקרא "יידיש מיטן אלף" ("יידיש באלף") - בהתייחסות לאופן שבו חסידים כותבים את המלה יידיש – אידיש.

די חרדי'שע שרייבערס זענען שוין אלטגעזעסענע בלאגערס אדער פרישע שטערנס? איינער ווייסט איבער וואס זיי גייען שרייבן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך געוואלד געשריגן » דינסטאג יאנואר 29, 2013 10:05 pm

יידל האט געשריבן:אן "עכטן" אידיש? אדער מיינסטו א ייוו"א (רוסיש-פויליש) אידיש?


ייוו"א איז ליטוויש. געגרינדעט אין ווילנע אין יאר 1925

סטאנדארד יידיש

כלל שפראך

אויסלייגן

דיאלעקטן
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:03 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:12 pm

בד"וו, וועלכע FONT איז נויטיג פאר "יידיש", פאסען העכער די ב און פ ?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג פעברואר 03, 2013 4:13 pm

א טאג פריער ווי געמאלדן, דער "אידיש מיט אן א'" בלאג איז שוין דא. http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/
דער בעסטער ארטיקל איז לכאורה בן זומא'ס "מיין פייער וועט ברענען ביז משיח'ס וועט קומען".
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג פעברואר 03, 2013 4:25 pm

יישר-כח, יידל, פאר'ן לאזן וויסן.
למעשה זע איך אז די איבערזעצונג ארבעט יא, אפילו אויף דער חסידישער אויסלייג.

קאווע טרינקער האט געשריבן:בד"וו, וועלכע FONT איז נויטיג פאר "יידיש", פאסען העכער די ב און פ ?

איך מיין אז אין די פריערדיגערע ווערסיעס פון מייקראסאפט ווארד האט מען עס געקענט מאכן דורך דרוקן Alt און פ' אדער ב'. א פתח אונטער צוויי יוד'ן קען מען נאך מאכן דורך דרוקן Alt און י', און דערנאך מאכן א פתח.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3763 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג פעברואר 03, 2013 4:46 pm

איינער פון דא גייט דארט שרייבען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1092 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג פעברואר 03, 2013 8:52 pm

יידל האט געשריבן:א טאג פריער ווי געמאלדן, דער "אידיש מיט אן א'" בלאג איז שוין דא. http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/
דער בעסטער ארטיקל איז לכאורה בן זומא'ס "מיין פייער וועט ברענען ביז משיח'ס וועט קומען".

אין מיינע אויגן איז די גאנצע זאך זייער נעבעכדיג. אלע דריי ארטיקלען רעדן בגנות פון די חסידישע לעבנסשטייגער אויף עפעס אן אופן, און קיין איינס איז נישט עפעס ספעציעל שיין געשריבן אדער א גאר אריגינעלע איידיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8081 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:05 pm

איך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון די ארטיקלען. (חוץ די פאקט אז ס'איז פיצעלע אותיות). אין מיינע אויגן זענען די ארטיקלען זייער פאזיטיוו און ווארעם. אויסער די לעצטע ארטיקעל "א שליח פאר לייען מאטעריאל" וואס שילדערט א טאטע א היפאקריט.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 413 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:33 pm

חד גדיא האט געשריבן:איך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון די ארטיקלען. (חוץ די פאקט אז ס'איז פיצעלע אותיות). אין מיינע אויגן זענען די ארטיקלען זייער פאזיטיוו און ווארעם. אויסער די לעצטע ארטיקעל "א שליח פאר לייען מאטעריאל" וואס שילדערט א טאטע א היפאקריט.


יא די לעצטע שרייבט (בתש"ק וכו') ליבי פאלאק אויף פ"ב אז זי איז דאס אליין. אויב זיי פרעגן מיר ווען וואלט איך זיי געראטן דער קאלום זאל נישט ווערן א געצייג פון שנאה אין די הענט פון געוועזענע חסידים וחסידות אויב זיי פרובירן צו שלעפן ארגינאלע חסידים אהין. עס איז דא גענוג אויטענטישע חסידים וואס קענען שרייבן א גוטס וקאווע שטיבל תוכיח.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

פארוואס די פארווערטס אידישע בלאג וועט נישט מצליח זיין - עכ"פ

הודעהדורך הירשל ציג » דינסטאג פעברואר 05, 2013 1:26 pm

באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך דענקער » דינסטאג פעברואר 05, 2013 1:39 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:עס איז נישט צו גלייבן ווי די צייטונג וואס האט אזויפיל יארן געהעצט קעגן פרומע אידן, און האט געהאט א חלק אין אראפפירן מיליאנען אידן פון וועג, מוז יעצט אויסשטרעקן א האנט צו חסידים אז זיי זאלן ראטעווען די צייטונג ...

יא, און ווי חסידים, וואס נעמען נישט נקמה, נאר גייען לפנים משורת הדין, וועלן מיר צולייגן אן עזוב תעזוב עמו.

מיר דארפן נישט "העלפן" קיינעם. גייט עס זיין א גוטער פראדוקט, וועלן מיר דאס נוצן און נהנה זיין. אי לאו זענען זיי אן דעיר און.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 1025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 420 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:19 pm

הערשל יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, כאזיך געווינדערט פארוואס יענער אין ווילי איז אזוי גוטהארציג און אדווערטייזט ער פרינט ארויס ספרים פון אוצר הכחמה, פאר $175,000 -$135.000 בין אויך גרייט עס צו טוהן.

געדענקט א אלטע כלל גדול ונורא FOLLOW THE MONEY.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:24 pm

@הירשל

האסט מיר אויסגעכאפט, שרייבסטאך אזוי צום פונקט, און דערמאנסט פראמינענט אייוועלט קאווע שטיבל,

אידיש איז א מאמע שפראך, אז זיי פארלאזן דעם מאמע׳ן איז נישט דא צו וועם צו רעדן, לאל
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 08, 2013 12:16 pm

יידל האט געשריבן:געלט-ציטאט:
“These two sides were always separate, antagonistic — and the Forward helped to antagonize,” Sandler said. This new effort to bring Hasidic readers to the Forverts website could begin to change that, he said. “I welcome the brave Hasidic writers who have entered into the treyf kitchen,” he said, using the Yiddish word for “nonkosher.”

יא. אבער דער "פארווערטס" היינט --אדער וואס ס'איז געבליבן פון איהם-- איז נישט די זעלבע וואס ר'איז געווען ביים התייסדות. דאן איז ער געווען ראדיקאל-סאציאליסטיש, און זיין ציהל איז געווען אראפפיהרן ערליכע אידישע קינדער פון וועג. ס'זאל הייסן, איבערמאכן זיי פאר גוטע סאציאליסטן. דאס האט ער געוואלט דערגרייכן דורך באשולדיגן די אידישע רעליגיע אין אלע צרות וואס האבן באטראפן די אימיגראנטן אין יענע תקופה. און הויפטזעכליך דורך אפ'חוזק'ן פון אידישקייט און די וואס האלטן זיך ביי דעם. ס'ליגט מיר אין זכרון א בריוו (געליינט פון אן אנדער'ן מקור) וואס אן אימיגראנט פרוי האט געשריבן צו "א בינטל בריוו" אז ס'איז ביי זיי אין שטוב געשען א פייער דורכדעם וואס א שבת ליכט האט זיך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש ווען קיינער איז נישט געווען דארט. דער רעדאקטאר ענטפערט פאר איהר, אז די יודישע רעליגיע איז שולדיג, און אז זי זאל אויפהערן צינדן ליכט לכבוד שבת. און ווען א ראש המשפחה האט פארלוירן זיין דזשאב וועלנדיג האלטן שבת, האט ער, אנשטאט מחזק זיין דעם יוד, איהם מייעץ געווען ער זאל ווערן א מחלל שבת, ר"ל. און ווען דער צעהלימער רב ז"ל האט מייסד געווען חלב ישראל אין אמעריקע האבן זיי געברענגט א ליצנות'דיגן "קארטון" ווי א קוה טובל'ט זיך אין מקוה. (המשך יבוא, אי"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8496 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג פעברואר 08, 2013 12:41 pm

אן ארטיקל אין פארווערטס שטימט צו צו הירשל ציג'ס בהויפטונג אז נישט פון חסידים וועט קומען די ישועה פאר יידיש http://yiddish.forward.com/articles/167773/haredim/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4383 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:22 pm

ש׳כח יידל פאר די לינק.

גענאדי עסטרייך האט עס קלאר ארויס, אין איין ווארט די אוטידי געמיינדע וועט נישט גארניש לייסטן פאר יידיש, די פאראדאקס באשטייט דערפון אז זיי ווילן דאך אנטלויפן פון די אידישע געמיינדע און לויפן צום גוי און דעם גוי׳ס קולטור

און אנדערש ווי אין פריערדיגן יאר הונדערט ווען דער אויפגעקלערטער פרייער יוד מיט אלע איזמען האט צום גוי נישט געקענט לויפן מחמת די הויעכשטאקיגע אנטיסעמיטיזם און וויסטע האס כלפי זיי, האבן זיי דערפאר געמוזט אליין שאפן א נייע קולטור וואס האט געדינט יענעם איינצעלנעם דור, זענען אפגעשטארבן און אין זייער קבר האט אויך די קולטור געטראפן איר אייביגע רוה...

היינט צוטאג, די חסידים וואס זוכן צו פארבלייבן געטריי צו זייער ג׳ט און רעליגיע, און זוכן פשוט קולטור, שאפן דאס פארבארגענערהייט און אנאנים אויפן אינטערנעט און טאקע שוין נאך די גרויסע אסיפות דערקעגן! עס נעמט אן פארשידענע פארמען פונקט ווי אמאל האט די יידישיזם געטראגן פארשידענע ערליי קאלירן ווי בונדיזם, סאציאליזם, ארבייטער פארטיי און נאך, איז היינט דא אייוועלט, קאווע שטיבל און חדרי חרדים אין ישראל! און אין דיזע קולטורן לעבט ׳אידישיזם׳ נישט ׳יידישיזם׳ עס לעבט א קולטור פון יודן פון אלערליי ראסן (ליין;חסידות׳ן) און אלערליי שיכטן פון פאלק קומען זיך צונויף און פארברענגן און לעבן אינאיינעם..
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

הודעהדורך בן תמליון » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:29 am

אט איז אן ארטיקל אין פארווערטס "אַנטלאָפֿענע און געבליבענע" דורך לייזער בורקא, א פיינער אידיש רעדנדער איד וואס וואינט היינט ביי אונז אין וויליאמסבורג און האט מקדיש געווען זיין לעבן פאר אידיש. ער טענה'ט אז אידיש וועט טאקע איבערלעבן דורך אונז חסידים נישט דורך די פארפארענע וואס שלאגן כפרות מיטן עבר ער מוטשעט זיך מיט דעם קאנאנדראם וויאזוי זיי די יידישיסטן קענען זיך צופאסן צו דעם נייעם מציאות.

http://yiddish.forward.com/articles/168060/hasidim/
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:58 pm

עס איז א מחי צו זען ווי דער רעדעאקציע דארף זיך ביקען צו דעם היימישן עולם...

איך האף אז זיי וועלן האבן א געזינטע מפלה און זיך פארמאכן איינס צוויי.
איך ווייס אז איך בין לכאורה פון די ״ראדיקאלסטע פרומסטע פארמאכטער חסיד״ דא אויף קאווע (נישט אזוי יודל?) און און זייער אסאך נושאים איז מען דא שטארק מחולק מיט מיינע מיינונגען.

אבער דא אויף דעם נושא פארשטיי איך אינגאנצען נישט וואס די דין ודברים איז?

זענען א חלק שרייבער דא מחללי שבת?, זענען טייל שרייבער דא און שטיצע פון חתונה האבן אויזער די אידישע רעליגיע?, זענען א חלק דא צווישן די וואס לאכן אפען אפ נישט פון חסידות, נישט פון דעם הייליגן בעל שם טוב, נישט פון סאטמאר, נישט פון "וויליאמסבורג״ נאר פון תורת משה??? נאר פון די תרי״ג מצות??? נאר פון די דרייצן אני מאמינ׳ס.

אויב איז אייער ענטפער ניין איז במחילת כבודכם הרמה זייט מיר ביטע מסביר ווי אזוי איר קענט שטיצן די פארווערדס און גאר חוזק מאכן פון דעם עום וואס פרייעט זיך און די מפלה פון די צייטאנג וואס האט פארשוועכט נישט די נאמען פון חסידות, נישט די נאמען פון הרב ר׳ יואל טייטלבוים זי״ע, נישט דער נאמען פון חסידים, ליטוואק׳ס, היימישע, נישט היימישע, נאר דער נאמען פונעם באשעפער איז דארט פארשוועכט געווארן דארט טאג איין טאג אויס אן קיין שום בושה אדער פילטער כלל וכלל.

וואס גייט פאר מיט איייך? דאס איז נישט וועבערמאן, וועד הצניעות, סאטמאר, וכדומה וואס דארט ״האלט איר״ אז איר האט דעם תורהדיגען מיינונג און איר זייט גאר די ווואס פארטרעטן דעם אמת׳ן יודושקייט, דא זענען זיי דאך אלע יארן געווען קעגן יודישקייט, חוזק געמאכט פונעם באשעפער׳ס תורה, חוזק געמאכט פןם שמירת שבת, חוזק געמאכט פון אייער זיידע וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת שבת......

זיי שטיצט איר?
זיי גיט איר חיזוק?
זיי גייט איר ליינען....
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך בן תמליון » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:10 pm

יאסקע ווער שטיצט דא? מיר רעדן און פארברענגען דא אנאלזירן ווי דער פארווערד גוסס'ט און מוז אנקומען צו אונז. שטיץ ארויף שטיץ אראפ. אגב אפשר האסטו זיי געשטיצט מיטן לאזן דארט א קאמענט? שרייבסט דארט אז אונזער פארמעסט דא איז קינדערגארטן שטיקלעך? ביסט מיר א קנאפער מבין אבער דו ניצט דעם טריפהנעם פארווערט צו באשמוצן אונזער שטיבל? וויי וויי.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:21 pm

בן תמליון איך בין אויף דעם סייט נישט ארויף בכלל, ווייל מיטן ארויפגיין אליינס שטיצט מען זיי...
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:25 pm

יאסעל.....איך גראטוליר דיין העלדישקייט גייסט און ליינסט די רחמנאליצלנ׳דיגע פארווערטס און דו קאמענטירסט גאר!! פשיהא....נישט נאר דאס נאר אייוועלט איז דיר שוין צו שמאל געווארן צו דיינע שווערע מחאות אויף קאווע שטיבל....איצט באנוצט דו דיך מיט׳ן שופר של יהדות החרדית זיך צו אינזדעקעווען אויף אונזער-ליידער-דיינער שטיבל!

כה לחי! דו באווייזט נאר פאר די קאווע זיצער וואס קענען נישט פון די נאנט די לאגע פון די אומגעגנט וואו דו לעבסט אין וואסארא שווארצקייט דו און דיינס גלייכן לעבן!

פון מיינער זייט זאלסטו דיך ווייטער אויסברעכן דא און אויף פארווערטס אויף די קאווע שטיבל...מאך זיכער אין אייוועלט צו שרייבן ווי כפירה׳דיג דא איז און אויף פארווערטס ווי קינדיש-נאריש דא איז.....

אויב האט איינער גענוצט דיין נאמען שלא ברשות...בעט איך דיר איבער. זיי מיר מוחל!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

הודעהדורך יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:43 pm

איך האב דארט נישט געשריבן און איך וועל בעז״ה נישט דארט שרייבן!
און ווער עס ניצט מיין נאמען בין איך נישט מוחל קיימאל בל״נ
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט