די חסידישע פרעסע: פרויען ווערן פארוואנדלט אין מענער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

די חסידישע פרעסע: פרויען ווערן פארוואנדלט אין מענער

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:33 pm

דאס אז חרדים זענען סענסיטיוו צו דער נושא פון פרויען איז אן אלטע מעשה, אבער די מעשה ווערט נתחדש בכל יום מיט פרישע באגרעניצונגען און אויפטוען וועלכע גרעניצן זיך מיט חולאת רוח און לויטער משוגעת. אין די לעצטע יארן האט מען אנגעהויבן א נייע גזירה אז מ'טאר חלילה נישט שרייבן קיין ערשטע נעמען פון נשים, מחיצות אין בתי מדרשים זענען געווארן העכער, ברייטער, טונקעלער, און הערמעטישער, מען האט זיך גענומען אפטיילן גראסעריס, גאסן, פארקס, און וואס נישט. טייל האבן אפילו אויפגעהערט שרייבן "אשת" פאר אלמנות אויף חתונה-בריוולעך נאר האבן זיך גענומען שרייבן דעם פיל איידעלערן "א'". אפילו דער שרעקליך-אומאיידעלער נאמען "לעידי פינגערס" פאר די געשמאקע פסח-קיכן איז געטוישט געווארן. ועוד ידם נטויה.

היימישער זשורנאליזם איז דאך דער ערשטער וואס ליידט פון די אלע קאפריזן, און מחמת פחד פון די קראנקהאפטיגע, מח-מסוכנ'דיגע "עסקנים" ווערן שרייבערס נאך פויבסטליכער פון די סטאדעס וויליאמסבורגער פויבסטן, און שטעלן צו פאר די לייענען האר-פון-קאפ-אויפשטעלנדע פארדרייענישן וועלכע ווייזן ווי פערווערטירט דער קאלעקטיווער חרדישער מח איז ליידער געווארן.

אין די לעצטע עטליכע יאר איז געווארן א נייע מאדע אין דער חסידישער מידיא אז דאס דערמאנען דעם מושג פון א פרוי, אפילו אן א נאמען, זאל מען פארמיידן ווי ווייט מעגליך. פאר דעם צוועק ווערן נייעסן אפט באריכטעט אויף אן אופן וואס די העלדן פון די געשיכטעס ווערט אויפגעטוישט פון א נקיבה צו א זכר! ווי אומגלויבליך עס קלינגט איז דאס א פאקט, און דאס זעט מען כסדר אין דער גאנצער חסידישער מידיא.

אן ארטיקל פון יוני 2011, האט דאקומענטירט עטליכע אזעלכע פעלער פון יענער תקופה. ווען די בארימטע אקטריסע נאטאשא ריטשארדסאן איז טראגעדיש געשטארבן, האט "דער בלאט" דערציילט די נייעס, אבער האט פארוואנדלט די נפטרת אין א מאן. ווען עס איז געשען א מאדנע געשיכטע אז א פרוי האט געפלאפלט אויף אן עמטרעק באן 16 שעה און א צי, האט "דער בלאט" אויך פארטוישט די געשיכטע צו א תשעה-קבינ'דיגן מאן.
Beard.jpg
Beard.jpg (97.66 KiB) געזען געווארן 6802 מאל


די געשיכטע פון א פרוי וועלכע האט נאך אן אפעראציע באקומען אן איירישן אקצענט איז אויף "קול מבשר" דערציילט געווארן ווי כאילו עס איז געשען צו א מאן.

ווי געזאגט איז דאס מעשים בכל יום ממש. איך האב מיך יעצט דערמאנט צו שרייבן דערפון זעענדיג נאך צוויי אזעלכע פעלער אין אנדערע אויסגאבעס. אין פעברואר איז געווען אין די נייעס איבער א סטודענטקע פון תל-אביב וועמענ'ס קאר איז אוועקגעפירט געווארן נאכדעם וואס מוניציפאליטעטן האבן געפארבט ארום איר קאר אז דאס איז א פארקיר-ארט בלויז פאר אינוואלידן. א סטודענטקע האב איך געזאגט? אוי, טעות. "דער שטערן" ווייסט פון קראנטע מקורות אז עס האנדלט זיך גאר איבער א "סטודענט" וואס מ'האט געפארבט ארום "זיין" קאר.
Baruch.jpg
Baruch.jpg (172.96 KiB) געזען געווארן 6802 מאל


אבער נישט נאר נייעסן ווערן פארדרייט, אפילו סיפורים פון אמאליגע גדולים טארן זיך שוין אויך נישט רעדן פון פרויען. עס איז פאראן א סיפור אויף רבי ישראל סאלאנטער ווי ער האט מוכיח געווען א פראסטן איד אז דער אויבערשטער דארף נישט ווייזן יעדן טאג אז ער קען מאכן ניסים, נאר השי"ת פארמאגט, כביכול, א דיפלאמע, די תורה, וואס איז מעיד אויף זיינע כוחות. ומעשה שהיה, אז דעם דארפסמאנ'ס טאכטערל האט באקומען א דיפלאמע אז זי איז אויסגעצייכנט אין זינגען. האט רבי ישראל איר געבעטן צו זינגען פאר אים כדי זי זאל באווייזן אז עס איז ווירקליך אמת. זי האט זיך אבער ארויסגעדרייט זאגנדיג, אז זי דארף נישט פאר יעדן זינגען כדי מ'זאל וויסן איבער אירע טאלאנטן, אויף דעם איז דאך געמאכט די דיפלאמע ווי איז אזוי מעיד. אויף דעם ארויף האט רבי ישראל פארגליכן צום אויבערשטן.

רבי ישראל האט געבעטן א מיידל צו זינגען? חלילה! הרב אשר לעווין האט א מסורה אז דא האט זיך אפגעשפילט גאר עפעס אנדערש. אין אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן פאר'ן "לוח הציבור" ווייסט ער צו דערציילן אז דאס קינד וואס האט באקומען די דיפלאמע איז געווען א אינגל גאר!
Tzibur.JPG
Tzibur.JPG (148.61 KiB) געזען געווארן 6802 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:38 pm

די טענה ווערט דערמאנט אויפ'ן וויקפידיע זייטל איבער קול מבשר, מיט א רעפרענץ צו פעילד מעשייע.
לא אלמן ישראל ב"ה.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:19 pm

לי לעצטע מעשה פונעם דיפלאמע אינעם לוח הציבור הייבט זיך אן מיט א אינגל, און ענדיגט זיך מיט א מיידל, הייבט זיך אן מיט טאנצן און ענדיגט זיך מיט זינגען. איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7326 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:16 pm

אויפן קעפל האב זיך שוין דערשראקען אז מרעדט דא פון א סעקס טשעינדזש סורדזשערי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3711
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5491 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:20 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אויפן קעפל האב זיך שוין דערשראקען אז מרעדט דא פון א סעקס טשעינדזש סורדזשערי.

ס'וועט נאך איין טאג פאסירן ביי די חרדים וועלכע וועלן ענדליך פטור ווערן פון די מין הנקיבה וואס מאכט אן אזויפיל פראבלעמען אין אידישקייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7676 מאל

הודעהדורך אברעמעל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:25 pm

,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אברעמעל אום פרייטאג אפריל 05, 2013 12:01 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:34 pm

טאקע קראנק. ממש נישט צו באגרייפען ווי משוגע. איך האב אינגאנצען נישט געוויסט ווי ווייט די משוגעתן גייען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6079
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5309 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:50 pm

איז טאקע מיר געווען אינטערעסאנט אז אין פסח איד איז געווען אן ארטיקל אונטערן נאמען "הענדעל ברייער"... אזאנס האביך נאך נישט געזען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9464
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4176 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:58 pm

זר זהב האט געשריבן:איז טאקע מיר געווען אינטערעסאנט אז אין פסח איד איז געווען אן ארטיקל אונטערן נאמען "הענדעל ברייער"... אזאנס האביך נאך נישט געזען

א פרוי נאמען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:59 pm

כ'מיין אז הענדל איז א פרוי נאמען, נאו?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9464
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4176 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:01 pm

ער איז א באקאנטער פיגור און פון די מגידים אויף קול מבשר.
וחנוך הענדל שמו (כמדומה)
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך פערינא » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:02 pm

איינער האט שוין צוגעצייכענט אין אכשר דרא אז יערמי דאמי זינגט רב יום טוב ערליך ניגון "יאקאב" און אנשטאט זינגען "מ'וועט דיך באלד אנטרינקען מיט אפיום און וויין" זינגט דאמין "בראנפען מיט וויין..

וואס ער האט פארגעסען איז אז די דאמי זינגט וויייטער "ס'איז די שענסטע שידוך אויף די וועלט".. אנשטאט די ארגינאלע פערל ווערטער פון רב יום טוב ערליך ע"ה" זי איז די שענסטע כלה אויף די וועלט"
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:53 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:לי לעצטע מעשה פונעם דיפלאמע אינעם לוח הציבור הייבט זיך אן מיט א אינגל, און ענדיגט זיך מיט א מיידל, הייבט זיך אן מיט טאנצן און ענדיגט זיך מיט זינגען. איך בין שוין אינגאנצן צומישט.

מ'האט געפעיסט און געפעטש'ט די מעשה און ס'איז געווארן פון א מיידל א יונגל. נאר ביים עק פון די מעשה האט זיך אביסל ארויסגעשטעקט דער אמת. דאס קען מען ערקלערן מיט א משל פון א מעשה שהי' איך האב אמאל געקויפט אין גראסערי א פסח'דיגע פוטער, וואס אונטער'ן פסח'דיגן "רעפער" איז געווען א "רעפער" פון חמצ'דיגע פוטער. אוי איך פארקריך שוין. דאס איז א באזונדערע אשכול.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11960
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7626 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:57 pm

ראשעקאל האט געשריבן:טאקע קראנק. ממש נישט צו באגרייפען ווי משוגע. איך האב אינגאנצען נישט געוויסט ווי ווייט די משוגעתן גייען

דער בלאט, למשל, וועלכער איז געשריבן און רעדאגירט לויט אללע כללים פון די אידישע שפראך (נאר פארקערט) און ער איז זייער שטארק מקפיד נישט ח"ו צו ברענגען א לשון נקיבה. ער שרייבט "דער מעשה" שטאטס "די מעשה". אדער "דער תורה" שטאטס "די תורה".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11960
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7626 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:22 pm

פארשטייט זיך די ענטפער איז: "וואס גייט דיך אן? ס'מאכט דען א חילוק פאר די מעשה? וואס וועסטו האבן אויב ס'וועט שטיין אז די מעשה האט פאסירט מיט א פרוי?"
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2470
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:44 am

ס'איז אינטערעסאנט צו שפעקולירן ווי אזוי די חסידישע פרעסע וואלט באריכטעט די מעשיות פון תנ"ך ווען ס'פאסירט ווען היינט ביי א רבי אדער א ראש ישיבה.

נעמט למשל א דוגמא די מעשה פון יהודה און תמר, ווי אזוי יהודה טרעפט תמר על אם הדרך, און געט איר א משכון, די גאנצע געשיכטע דארט, א חסידישע איד וואלט ווען אויסגעהאקט די ציין פון א יעניגער וואס טרויעט זיך צו רעדן פון אזא מעשה, אפשר אויף קאווע שטיבל אין מאחורי הפרגוד וואלט עס דערמאנט געווארן ברמז.

אדער למשל די מעשה פון אסתר און אחשורוש, אין די גאנצע שעשגז סומעטאכע, ווען עס פאסירט ווען אין שנות אלפיים, וואלט די גאנצע ערשטע און לעצטע קאפיטלעך פון מגילת אסתר ארויסגעשניטן געווארן, מערסטענס וואלטן זיך קלי דעת ערלויבט צו רעדן דערפון אין בעדרום ווען די קינדער שלאפן שוין.

אדער למשל אזא מעשה פון אמנון און תמר, דוד און בת שבע, דוד און אביגיל, אדער א שטייגער ווי א שיר השירים, די אלע זאכן וואלט מען דאך גונז געווען נאך פאר עס ערשיינט. כ'פאנג אן טראכטן אז נישט אומזיסט לערנט מען נישט קיין נ"ך, ס'דא דארט צופיל פרויען. אפשר נאך א שטיק צייט וועט מען אויף הערן לערנען חומש אויך.
מ'שפייט בלוט און מ'רעדט פון נחת.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2375 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2590 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:02 am

ביים סדר האב איך געזינגען נאר ביז שמונה מי יודע, נאכדעם האב איך זיך געמאכט ווי איך דרימעל איין.

איך האב מורא געהאט מיינע קינדער וועלן פרעגן פשט, די סדר איז דאך געמאכט אז די קינדער זאלן פרעגן.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:18 am

איך קלער יעצט, אפשר וועגן דעם זענען די אידן געווארן משוקע אין מצרים אין מ"ט שערי טומאה - ווייל פרעה האט געהייסן כָּל הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ וְכָל הַבַּת תְּחַיּוּן - איז געווען צופיל מיידלעך און פרויען...

די פרויען זענען געזעסן ביז אין פארענט פון באס. די פינקע מיידלעך פארק איז געווען זייער גרויס. ס'איז נישט געווען גענוג אינגלעך אין מענער צו שפייען און שרייען שיקצצצצצצעעעעעע..... אויף די קליינע מיידלעך.

אין בכלל די פרויען מיט די מראות הצובאות האבן מן הסתם גיעפענט אסאך "111 ליע" געשעפטען...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:29 am

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט צו שפעקולירן ווי אזוי די חסידישע פרעסע וואלט באריכטעט די מעשיות פון תנ"ך ווען ס'פאסירט ווען היינט ביי א רבי אדער א ראש ישיבה.


תימנה, כנען - כ"ק מרן אדמו"ר מיהודה שליט"א איז ערשינען צום מעמד הנחת אבן הפינה פון בית המדרש הגדול דקהל צאן הגז תימנה יצ"ו, אויפן וועגן האט זיך דעם רבין'ס מאטארקאדע געברויכט אפשטעלן אין פתח עינים צוליב טעכנישע סיבות, ווי ער האט גענעכטיגט אינעם לאקאלן אכסניה.
אין אנדערע נייעס, כלל יהודה נעמט אויף מיט שוידער די ביטערע בשורה איבער א חוקי תועבה וואס דורכגעטוהן געווארן דורך בני בליעל אינעם רבין'ס שטוב דורך די אלמנה פון אבד"ק דקהילתנו מוה"ר אונן זצוקלההההה"ה, די אומריינע טאהט וואס פארשוועכט די גאנצע געמיינדע איז אויסגעטראכט געווארן ווי א נקמה אקציע קעגן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און ווי מ'גיבט איבער איז בחסדי השם די מעשה אונטער קאנטראל, די פארשוועכענדע מויד איז נידון געווארן למיתה בשריפה.

חסדי השם כי לא תמנו, אין די מינוטן גיבט מען איבער אז דעם רבין'ס גאלדענעם שטעקן און די חתימה שטעמפל וואס זענען מיסטיריעז פארשווינדען געווארן על אם הדרך, זענען אפגעפונען געווארן בהשגחה פרטית.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים, ביים רבי'ן זענען על דרך נס געבוירן געווארן צווילינג אייניקלעך, די ברית וועט אי"ה פארקומען ביים גרויסן זיידן כ"ק מרן אדמו"ר מ'אביר יעקב שליט"א אין בית מערה הגדול דמכפלה אין חברון, א גרויסע ציבור ווערט אפגעווארט לכבוד די גרויסארטיגע שמחה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7326 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג אפריל 05, 2013 6:51 pm

יאנקל, שיין געשריבן. די נושא איז גאנץ ווייטאגליך וויבאלד דאס איז א טייל פונעם אומזשורנאליזם פון וועלכע אונזער געזעלשאפט ליידט, און די אומזשורנאליזם איז א טייל פון א גרעסערן בילד, וועלכע כ'קען נישט פונקטליך אנטאפן וואס עס איז. איז עס חוסר אינטעלעקטואליזם? חוסר פראפעסיאנאליזם? איך ווייס אויך נישט.

איך וויל נאר ניטפיקן איין פאראגראף פון יאנקל'ן:
יאנקל האט געשריבן:היימישער זשורנאליזם איז דאך דער ערשטער וואס ליידט פון די אלע קאפריזן, און מחמת פחד פון די קראנקהאפטיגע, מח-מסוכנ'דיגע "עסקנים" ווערן שרייבערס נאך פויבסטליכער פון די סטאדעס וויליאמסבורגער פויבסטן, און שטעלן צו פאר די לייענען האר-פון-קאפ-אויפשטעלנדע פארדרייענישן וועלכע ווייזן ווי פערווערטירט דער קאלעקטיווער חרדישער מח איז ליידער געווארן.

קראנקהאפטיג און מוח-מסוכנ'דיג זענען לאו דוקא אביעקטיווע ווערטער אפצושאצן די "עסקנים", און די פארדרייענישן זענען לאו דוקא האר-פון-קאפ-אויפשטעלנד, כאטש איך בין יא מודה אז עס איז אן אנדייטונג אויף די מצב פונעם קאלעקטיווער חרדישער געדאנקנגאנג. א מעסיגערע טאן וואלט נישט געשאט.

וואס יא, כ'מיין אז די סיבה פארוואס די זאכן ווערן פארטוישט פון נקבה צו זכר איז נישט צוליב א סענסיטיוויטעט צו א נקבה פער סעי, נאר מער צוליב די פעולות וואס די פרוי טוט וועלכע זענען נישט אין שפאן מיטן חרדישע-פרויענישן לעבנסשטייגער, ווי דרייווען א קאר וכדומה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מוצ"ש אפריל 06, 2013 9:45 pm

ווי למשל רעדן אויף א סעלפאון פאר זעכצן שעה?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7326 מאל

הודעהדורך מאטי » מוצ"ש אפריל 06, 2013 9:55 pm

לכאורה איז די סיבה א פשוטע מורא צו באשרייבן א פרוי בעצם ווייל דאס איז ווי א באשטעטיגונג אז דער שרייבער/ליינער טראכט פון פרויען
וואס דאס קען אויסגעטייטשט ווערן ווי מחשבות זרות. און אויף דעם האט יאנקעל אפשר געזשאלעוועט אויסדרוקן..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:45 pm

אופס

די סיבה איז מער און טיפער. ביי אונז דארף מען נישט רעדען וועגען א פרוי צו אנדערע. וואס איז טאקע נישט שיין פאר צדיקים, איז. געווארען א נחלת הכלל. פרויען זענען נישט קיין סאבדזעקט פאר חסידישע אינגעלייט.. ממילא ווען א נייעס איז געשעהן מיט א פרוי, אין די פיזיקאלע קאווע שטיבעל וואלט איך מן הסתם אויך פארציילט אז "איינער" איז געגאנגען וכו', ווייל פרויען זענען טאבא, און רעדען וועגען א פרוי ברענגט הרהורים.

און די צייטונגען שפיגלען נאר אפ די מהלך וויאזוי מען רעדט ביי אונז.

אפילו ווען איך דערצייל נאך עפעס וואס א פרוי האט מיר פארציילט, בינעך כמה פעמים משנה לאיש, ווייל ווען די זאגסט עס נאך פין א פרוי פארלירט די מאמר מעשה דער קראפט במדה מה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

הודעהדורך אריק » מוצ"ש אפריל 06, 2013 11:06 pm

פאר 30 -40 יאר צוריק איז געווען די נארמע אין די צייטונגען אז ווען מען האט אריינגעלייגט א מזל טוב פאר א שידוך שליסן איז געשטאנען אויך די כלה'ס נאמען. אויך פון די זאכן וואס זענען פארשוואונדן געווארן צוליב די פחד פון ערווענען פרויען.
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש אפריל 06, 2013 11:09 pm

דעמאלס זענען אונז נישט געוועהן אזוי סעקסיסט ווי היינט. פעיס איט, אונז חסידים זענען סעקסיסטען
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט