איר זעט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

איר זעט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט.

שליחה דורך פיקציע »

גיל זעמאורא (מסתמא פון זמורה) א עף בי איי טרענירטע סקעטש ארטיסט וועלכער האב שוין אפמאלען טויזענטער סקעטש פנימ'ער פאר די עף בי איי, האט אינטערוויאד און אפגעמאלן זיבן אנדערע פרויען - צוויי בילדער פון יעדע אן דעם וואס ער זאל זיי זען, בלויז מיטן אויספרעגן דעטאלן. די ערשטע סקעטש איז געווען באזירט אויף די שילדערונג פון די פרוי זעלבסט, און די צווייטע איז געווען באזירט אויף א שילדערונג פון א פרעמדן וועלכע האט זיך נארוואס געטראפן מיט די פרוי.

פארשטייט זיך אז די חילוק אויז געווען הימעל און ערד צווישן די צוויי בילדער.
זע בילד פון די פרוי פלארענס:
בילד
די לינקע איז וויאזוי פלארענס האט זיך זעלבסט געשילדערט, די רעכטע איז וויאזוי זי איז באצייכענט געווארן דורך א פרעמדן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב האבן זיך זעלבסט אנגעקוקט מיט סאך טונקעלערע פארבן וויאזוי זיי זענען באמת און וויאזוי זיי ווערן געזען אין די אויגן פון זייערע ארומיגע.
דער עקספערימענט איז געמאכט געווארן דורך די זייף פירמע 'דאווו' און וועט יעצט גענוצט ווערן פאר אן אדווערטייזינג קאמפיין.

זע מער: עדוויק

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר