קאפירייט און די היימישע מידיע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

קאפירייט און די היימישע מידיע

שליחה דורך ממרום שלח אש »

סאיז מיר אינטערעסאנט אז אנדערש ווי אין אלע צייטונגען און מאגאזינען חוץ די גאר היימישע , ווערט אונטער יעדע בילד געגעבן קרעדיט פארן פאטאגראפער, אפילו פאר אייגענע פאטגראפערס, אזוי אויך וועלן נייעסליך וועלכע זענען נישט רעפארטירט געווארן דורך אייגענע רעפארטערס ווערן קרעדיטירט צו די אגענץ וואס האט עס געשריבן, צ.ב.ש. רוטערס, AP, וכדומה.

אבער די היימישע צייטונגען און מאגאזינען געבן קיינמאל נישט קיין קרעדיט פאר קיינעם, אויך פאסירט אפט אז שרייבערס זענען מעתיק גאנצעטע ארטיקלען פון ערגעץ אנדערש, אין די צייטונג הייסט עס "וואס אנדערע זאגן" ער גיבט טאקע קרעדיט, אבער איז עס נישט קיין פראבלעם פון קאפירייט?

מיין פראגע איז דריי פאכיג, פארוואס געבן זיי נישט קיין קרעדיט? יעדער ווייסט אז זיי נעמען פון גויאישע ערטער, סנישט קיין חסרון ביי קיינעם.
צוויי, איז מען נישט מחויב לעגאל צו געבן קרעדיט?
דריי, אפילו מען געבט קרעדיט, ברויך מען נישט אפקויפן די חומר פון די קאפירייט האלטער, אדער באקומען א רשות זיך צו באניצן?

איך קלער אז אויב וועלן זיי מוזן צאלן פאר יעדע בילד און יעדע נייעסל וועט זיך נישט לוינען אויפצוהאלטן קיין צייטונג אין אזא קליינע מארקעטל ווי די היימישע מארקעט, און אז מען צאלט נישט, גיבט מען נישט קיין קרעדיט, מעשה בת היענה, מאיז נישט מכיר אז עס איז יענעמס, אבער וויאזוי האבן זיי נישט מורא אז מען וועט זיי איין טאג סוען, סקומט דאך ארויס בראש כל חוצות, איז עס נישט א פראגע פון צייט?

קען זיין אז זיי האבן עפעס א לעגאלע היתר, אבער דאס איז זיכער אז בלויז ווייל סאיז טרענסעלירט פון איין שפראך צום צווייטן איז נאך נישט קיין בלענקעט היתר.

ווער ווייסט מער דערוועגן?
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר