דער וועבסייט פון "המודיע", hamodia.com, עקזיסטירט שוין איבער דרייצן יאר, אבער אין די ערשטע יארן איז עס גענוצט געווארן בלויז ווי אן ארט וואס האט געמאלדן דעם אימעיל אדרעס פון דער רעדאקציע, און האט קלארגעשטעלט די צייטונג'ס חרדי'שע שטעלונג אז "מיר וועלן נישט פובליצירן אן אינטערנעט אויסגאבע פון דער צייטונג."
hamodia.com אין יאר 2004:
מיט דער צייט איז צוגעקומען גראפיק צו דעם וועבסייט, עס זענען צוגעלייגט געווארן אדרעסן, און מער אינפארמאציע איבער דער צייטונג. אבער "המודיע" האט נאך שטאלץ דערקלערט "We will not be publishing an internet Edition of the paper."
hamodia.com אין יאר 2007:
אין יאר 2009 איז דער "המודיע" וועבסייט געווארן "לעבעדיג". די רעדאקציע האט אנגעהויבן ארויפלייגן ציטאטן פון ארטיקלען, און האט אנגעפאנגען טוישן דעם אינהאלט פון דעם וועבסייט יעדע וואך. עס איז נאך נישט געווען קיין געהעריגער נייעס-וועבסייט, נאר האט געהאלטן די לייענער אינפארמירט איבער נייעס און ארטיקלען וועלכע מען קען געפינען אין דער געדרוקטער צייטונג.
hamodia.com אין יאר 2010:
סוף פון יאר 2010 האט "המודיע" געמאלדן אז די גאנצע צייטונג, אויסגעשטעלט פונקט ווי אין דער געדרוקטער צייטונג, וועט יעדן טאג קענען געלייענט ווערן אויף זייער וועבסייט.

טעכנאלאגיע בלייבט נישט שטיין, און די צייטונג וואס האט זיך לאנגע יארן געגרויסט אז "מיר וועלן נישט פובליצירן אן אינטערנעט אויסגאבע פון דער צייטונג," האט אין אפריל 2013 גענצליך איבערגעמאכט איר וועבסייט, עס איז געווארן א פולקאמער נייעס-פארטעל וואס ווערט כסדר איבערגעפרישט, מיט אן ענליכן אויסשטעל ווי די גרויסע נייעס-וועבסייטס, א שטייגער ווי דעם "ניו יארק טיימס".
hamodia.com אין אפריל 2013: