בלאט 1 פון 2

שקרים און פראפאגאנדע אין היימישע אדווערטייזמענטס

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:52 pm
דורך יאנקל
מ'זעט כסדר אדווערטייזמענטס אין די היימישע געגנטער און אויסגאבעס וואס אויב מ'לייגט א טראפ צו דעם קאפ, זעט מען אז די גאנצע זאך פאנגט נישט אן צו קלעבן אין בעסטן פאל, און איז אפענער שקר און הונאה אין ערגסטן פאל.

פאלגנד איז אן אדווערטייזמענט וואס איז פארעפנטליכט געווארן פאר צוויי חדשים צוריק דורך דער GB מענער קליידונג פירמע. די פירמע אנאנסירט אז מ'קען קויפן א בעקיטשע פאר $149, א רעשוואלקע פאר $159, א טיש בעקיטשע פאר $90.

אויך ווערט שטארק ארויסגעהויבן אן "ערשט מאליגע פסח פעקעדזש! פאר א ביליגן פרייז [ווי] קיינמאל בעפאר!" דער פעקעדזש ארבעט ווי פאלגנד: איר באצאלט דעם ביליגן סכום פון $400, און איר באקומט דערפאר א בעקיטשע, א רעשוואלקע, און א טיש בעקיטשע לכבוד פסח.

לאמיר מאכן דעם חשבון וויפיל די דריי בגדים קאסטן אן דעם "פעקעדזש":
$149 - בעקיטשע
$159 - רעשוואלקע
$90 - טיש בעקיטשע
$398

דאס מיינט אז אויב א מענטש כאפט זיך נישט און קויפט דעם "ערשט-מאליגן פעקעדזש", וועט ער איבערצאלן מיט צוויי דאלאר!

GB.JPG
GB.JPG (69.19 KiB) געזען געווארן 2853 מאל



פאלגנד איז אן אדווערטייזמענט וואס איז די וואך ערשינען אין די גאסן, און איך האב עס געפינען נאך מער קוריאז און שווינדלעריש ווי דעם פריערדיגן. דער אנאנס רופט דעם ציבור צו שטיצן דעם כולל "אהבת ציון לעדת זיבענבירגען" און פאדערט אויף תמימות'דיגע ברוקלינער אידן וואס זייערע זיידעס האבן געוואוינט אין א ליסטע שטעט פון אויבערווישעווע ביז שימלוי צו שטיצען אידן אין ארץ-ישראל מטעם "עניי עירך קודמין"...

איר האט געמיינט אז אבסורד האט אויך א שיעור, הא?

Siebenburgen.JPG
Siebenburgen.JPG (101.26 KiB) געזען געווארן 2853 מאל

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:02 pm
דורך יואב
ס'גוט, יאנקל האלט זיך פריש.
שמייסט ארום די גאסן און קנאקט בילדער, מאכט קאלקעלאציעס, און טרייבט שפאס.
איך גלייב אז כלפי דעם סקאנדליעזן אדווערטייזמענט שקרים, זענען די אומגע'מל'טע אויך געשלאגן דערין, און זיי האלטן פארמשכון'ט דעם תמימות'דיגן המון. מ'דארף אפיר נעמען גייקאו און אים שטעלן פארן משפט.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:04 pm
דורך יאנקל
אוודאי זענען פאראן פיל שקרים און פראפאגאנדע אין אלגעמיינע אדווערטייזמענטס, ביי אונז איז אבער דא אן אייגנארטיגן מין שקר, א שקר וואס מ'זעט אויפ'ן פאפיר זעלבסט וואס בלויז פון לייענען דעם אנאנס און זיך אפשטעלן טראכטן אנדערהאלבן סעקונדעס זעט מען ווי אבסורד עס איז.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:10 pm
דורך ריינער
אויף די עד פון GB איז דאך דא 2 מינע טיש בעקיטשעס, לויט ווי איך פארשטיי באקומסטו די טייערע אינעם פעקעדזש דיעל, לויט דעם שפארסטו דיך יא..... גאנצע 13 דאלער... סאו ליגנט איז עס נישט..

אבער דיין פוינט וואס די האסט ארויסגעברענגט איז אמת, אויב נישט ביי די קאמפעני איז עס ביי א צווייטע.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:15 pm
דורך יאנקל
די אנדערע טיש בעקישע איז א ספעציעלער שניט. אין דעם פעקעדזש שטייט אז מ'באקומט א "טיש בעקישטע".

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:23 pm
דורך מאראנצןזאפט
מילא זשי ענד זשי, די זיבנבערגען עד איז אסאך ערגער, ס'האט מיר ממש געגרידזשעט ביים ליינען. איך קען נישט כאפן וועמען זאל איינפאלן אזא פי אר סטראטעגיע. וועמען כאפט אזא זאך, עפעס אויסנאם נאריש.
שוין אפגערעדט אז עניי עירך האט נישט דא קיין שום זין.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:40 pm
דורך יאנקל
א לאוולי חבר השטיבל שרייבט מיר אין אישית בזה"ל:
איך האב גראדע יעצט קונפירמט מיט איינעם וואס ארבעט ביי GB ער זאגט מיר אז מ'האט געקענט נעמען עני טיש בעקיטשע אין יענעם פעקידזש...

דאס מיינט אז טעארעטיש, אויב איינער האט ליב דעם ספעציעלן שניט, האט ער געקענט פארדינען $13 דורך דעם ספעציעלן "ערשט-מאליגן פעקעדזש". אבער א צווייטער וואס איז צופרידן פון דעם געהעריגן שניט, און איז נישט משים לב אז דער "ערשט-מאליגער פעקעדזש" איז גארנישט קיין מציאה, וואלט איבערגעצאלט מיט צוויי דאלאר. אזוי צי אזוי איז דער אדווערטייזמענט ווערד צו באשיינעם דעם דאזיגן אשכול.
און ווי מאראנצןזאפט שרייבט, און ווי איך האב אויך געשריבן, דער עד פון זיבענבירגען איז נאך פיל ערגער.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:52 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין זיידע קומט גראדע פון "סאטמער-העי"... איינער האט שוין גע'הערט פון דעם שטאט?
אין בכלל, איך וויל פארשטיין.
1) אויבער-ווישע, פיין. וואו איז אונטער-ווישע?
2) גרויס-ווארדיין, פיין. וואו איז קליין-ווארדיין? און ווארדיין אליינס? - פארעפעס א סיבה הייסט זיי "אויבער" "גרויס" וכו'.
3) פארוואס שטייט סעקעלהיד צוויי מאל? ס'געווען מחלוקות דארט (וואו נישט?)
4) קאצק איז נישט אין פוילען?
5) שאראש בעדעק, וואו איז שאראש פאטעק?
6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.
ועוד, אלעס צוזאמען איז דאך סאך מער 7בערגען?

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:53 pm
דורך לעמאן דזשוס
און איז נישט די גאנצע כוללים א הוילע שקר גס, און היינט זענען די אלע כוללים פונקט ווי א יעדע אנדערע כולל מיט'ן איינציגע אויסנאם אז אויף טעמפלער'ס כולל און ספינקא שרייבט מען נישט כולל אמעריקא און אלקא דמאיר ענינו...

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2013 11:55 pm
דורך קאווע טרינקער
אט דא קענט איר ווידער זעהן אונזער קאפ-אין-וואנט מהלך.
"אזוי האט מען געטוהן אינדערהיים... מ'איז נישט משנה"... איי ביסט שוין 3 דורות א ברוקלינער איד, און דיין זיבענבערגען זיידע איז געווען אן אייניקעל פון 8 פוילישע זיידעס. אזוי איז עס.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 12:17 am
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.

quote of the year winner!!!
:like

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 12:49 am
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:1) אויבער-ווישע, פיין. וואו איז אונטער-ווישע?


הארט בעפאר אשר יצר... :oops:

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 1:50 am
דורך דעת תורה
קליינווארדיין איז א באקאנטע שטאט.

יאנקל, איך כאפ בכלל נישט דיין פראבלעם מיט דעם עד. דער כולל דארף זיך שלאגן מיט א פי אר קאמפאני וואס האלט שוין געפאנגען דעם ציבור קרוב צו זיבעציג יאר -נעמליך, כולל שומרי החומות. איך מיין אז רוב וויליאמסבורג קומט דוקא נישט פון פלעצער וואס האט באלאנגט צו דעם כולל, דער כולל איז געווען עכט א אויבערלענדישע זאך. נאכן קריג האבן זיי געטון א גוטע מאוו, גענומען סאטמאר רב פאר נשיא, פלוס וואס די גאנצע אפיס פערסאנאל זענען געווען סאטמארע אידן, און דאדורך הרי אנו ובנינו משועבדים.

זיבנבערגן פארטרעט גראדע אויך נישט דעם רוב ציבור, אבער זיי מעגן האבן זייער פעיר שעיר אין די מארקעט און דעטס די וועי. אפשר באדערט דיר דער ווערטערשפיל אויף "עניי עירך"?

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 4:01 am
דורך ר' שמחה
אלבא יוליא - קארלסבורג, הה"ד אונגארישער נאר.



שוין נישט רעדן פון דעם אז די אלע שטעט אין דערפער פון מאראמאראש און קארפאטן רוס (טשעכיש מאראמאראש)
זענען נישט געווען אריין גערעכענט צווישן די תומכי אדער מקבלי חלוקה פון כולל אהבת ציון לעדת זיבענבירגן סילאדי וביהאר.

נאר אפילו די ריכטיגע יוצאי זיבענבירגן געראטעוועטע פון די קריג וועלכע זענען דערנאך ארויף אויף ארץ ישראל, האבן בדרך כלל נישט זוכה געווען צו נהנה זיין פון זייער תמיכה.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 9:04 am
דורך לעיקוואד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:און איז נישט די גאנצע כוללים א הוילע שקר גס, און היינט זענען די אלע כוללים פונקט ווי א יעדע אנדערע כולל מיט'ן איינציגע אויסנאם אז אויף טעמפלער'ס כולל און ספינקא שרייבט מען נישט כולל אמעריקא און אלקא דמאיר ענינו...

נישט פונקט, סאיז יש ויש. די אונגארישע כולל למשל שיקט א טשעק פאר יום טוב פאר יעדער וואס איז א אייניקל פון א אונגארישע זיידע (אדער באבע, איך קען נישט די כללים) וואס שרייבט זיך איין ביי זיי, און די כולל זייערע איז אויך אפען פאר אלע אייניקלאך, נאר נישט יעדער נעמן זיי אריין זיי מאכען א גורל. די אנדערע קען איך זיך נישט אזוי אויס אבער אלע האבען עפעס אזא מהלך.
אמת די גאנצע זאך איז שטארק אנאכראניסטיש, כאילו אז דאס איז עניי עירך וכו', און די גבאים מאכען מער געלט ווי די עניים, אבער בערך אזוי ארבעט עס למעשה אז ווער סוואוינט אין אר"י און שטאמט פון אזא שטאט קען עפעס באקומען פון דעם.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 01, 2013 10:16 am
דורך ידען
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:6) קרעטשניף איז בכלל א שטאט? כ'האב געמיינט ס'איז א מין קוגעל.

quote of the year winner!!!
:like

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:02 am
דורך רויטע וואנצעס
פששששש ער זאגט זיינע תפילות זענען נתקבל געווארן לעצטע יאר.... איך קאל שוין אריין אז איך זאל אויך מצליח זיין צו טרעפן אזא היט, איך קען עס נישט געפונען אין ערגעץ. געדענקט די דעדליין איז דינסטאג נאכט, מיטוואך וועט שוין קאסטן מער.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
BRUNCH רעסטאראנט לויפט א רעקלאמע שוין עטליכע וואכן אין די צייטונגען: COME IN FOR YOUR FREE BREAKFAST אין גרויסע ווערטער, אביסעלע אראפציר אין דער זייט שטייט אין קליין: 4.95 service charge.

מיר זענען קעלבער מיינט ער?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 26, 2014 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל:(אדער יוצאי חלציו, שי') ייש"כ פאר ברענגען די אינטרעסאנטע אדווערטייזמענטס. אויף די ערשטע האב איך א שטיקל הערה/לימוד זכות. מעגליך אז דזשי. ענד בי. מיינט צו זאגן אז אויב מ'נעמט די גאנצע פעקעדזש פאר $400 דאללאר, געט ער צוויי טיש בעקיטשעס.
לויט ווי די הנהלה פון כולל זיבנבירגן לייגט אראפ אויפ'ן מעפ , קומט אויס אז די געיגנט האט פארנומען די גרעסטע חלק פון מזרח אייראפע. כמעט אזוי גרויס ווי רוסלאנד/אוקריינע/קרימיע. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 26, 2014 6:50 pm
דורך מ גפני
ישמעאל הכהן האט געשריבן:BRUNCH רעסטאראנט לויפט א רעקלאמע שוין עטליכע וואכן אין די צייטונגען: COME IN FOR YOUR FREE BREAKFAST אין גרויסע ווערטער, אביסעלע אראפציר אין דער זייט שטייט אין קליין: 4.95 service charge.

מיר זענען קעלבער מיינט ער?

דער איז דאך א בחור, וואס קענסטו ערווארטען פון אים

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:38 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז נישט ריכטיג צי מזלזל זיין אין בחורים וואס טון צים זאך.
מדארף שטיצען אזא געשעפט. ווי איז דאס ?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
דיוויזשען קארנער דריגס מיין איך. אבער פארגעס נישט צו זאגן ווען דו קומסט אריין עסן פרישטיג אז דו ווילסט זיך אליינס סערווירן...

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:21 pm
דורך George
דער מהלך אין אדווערטייזמענט איז די לעצטע פאר יאר געווארן שטארק אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט, לעצטענס שוין אפילו גרעסערע פירמעס ווי קאר דילערס אין פיינענשעל סערוויסעס. כאפ א בליק אויף דיין מעיל באקס.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 09, 2014 6:33 pm
דורך ראשעקאל
מוסדות קבר רחל האט אדווערטייזט אז ר' חיים קנייבקי ליינט זייערע צעטלעך און האבען אפילו געהאט א פיקטשער.

אויף די לינקע זייט איז די עכטע פיקטשער. אויף די רעכטע זייט זייער פאלטשע

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 10, 2014 1:57 pm
דורך Chuchem
No Gimmicks! ;)