דוד גרינפעלד סומאטאכע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

דוד גרינפעלד סומאטאכע

שליחה דורך געפילטע פיש »

א געוועזענע טשיף אוו סטעף פון קונסילמאן גרינפעלד דעקט אויף מיסברויכן אינעם פאליטישאנס אפיס.

א בלאגער אויפן נייעס וועבזייטל Yeshiva World מיטן נאמען דוב גארדאן, וואס פאר עטליכע יאר שרייבט ער בשבחו פונעם קאונסילמאן, און בגנותם פון זיינע קעגנער, אריינגערעכענט דוב הייקינד, ווייזט זיך ארויס אז דאס איז מעגליך נישט קיין אנדערער ווי הרב גרינפעלד אליינס.

לויט די געוועזענע ארבייטער, סטעפאני פעדעק, איז גרינפעלד געווארן בידידות מיטן YWN פאבלישער יודא עקשטיין, און אז ער מאכט אלעמאל זיכער אז גרינפעלד ווערט אראפגעלייגט אין א פאזיטיווע ליכט אינעם וועבסייט. זי זאגט אז ארטיקלען וואס גרינפעלד האט איר געבעטן צו שרייבן האט זי שפעטער געזען אויפן וועבסייט אונטערן פען נאמען דוב גארדאן, און אז דער מיסטריעזער גארדאן האט אלעמאל געהאט געהיימע "אינסייד" אינפארמאציע פון וואס גרינפעלד טוט אלץ אויף.

א גרינפעלד ווארטזאגט שלאגט קאטאגאריש אפ די אנקלאגע, און אין א געשריבענע סטעיטמענט זאגט ער אז "דיין מעשה איז א פאלנע שקר, פארשפרייט דורך אן אבסעסט און אנגעווייטאגטע ארבייטארן וואס איז געווארן אפגעזאגט א קנאפע צוויי יאר צוריק, די קלינטאנס האבן זייערע ווינס פארסטער משוגעים, אבאמא האט זיך זיינע "בערטערס" און גריפעלד האט זיינע אייגענע חברה וואס מיינען אז נאך זיין 70 שעהדיגע ארבעטס וואך האט ער צייט צו שרייבן נייעס ארטיקלעך, די אלע קאנספיראציע טעאריסטן ברויך מען לייגן אין משוגעים הויז!"

פעדעק דערציילט אז זי האט אמאל געכאפט גרינפעלד'ן שרייבן אן ארטיקל, און נאכן זען דעם ארטיקל אויף ישיבה ווירלד אונטערן דוב גארדאן נאמען האט זי עם געפרעגט דערוועגן, און ער זיך אויסגעלאכט, און איר דערציילט אז ער האט עס טאקע געשיקט צו ישיבה ווירלד. מיט די צייט איז עס געווארן א חלק פון איר דזשאב אויפצוקומען מיט איידיעס און שרייבן ארטיקלעך.

פאר מער דרוקט נאמבער פיר (אדער ליינט דא).

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר