ראש לימבו גייט אראפ דעם דייל פון 770 צי 710 אנגעהויבן 2014

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

ראש לימבו גייט אראפ דעם דייל פון 770 צי 710 אנגעהויבן 2014

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אין דע ראדיא וואלט טוט זיך א טומל מיט די נייעס אז ראש לימבא {און זיין קלענערע פאפעט שאן הענירי] וועט נאך 20 יאר וואס ער איז אויף wabc 770 מופן צום הויפט קאמפעטישאן 710 wor דאס קומט נאך לאנגע קריגערייען צווישן ביידע קאמפעניס וואס זענען דא באטייליגט. צי פארשטיין אביסל וואס דא גייט פאר. דא זענען באטייליגט 2 קאמפעניס, ערשט איז דער נומבער איינס קאמפעני מיט דו מערסטע רעדיא סטאנצע'ס אין אמעריקע "קלערר טשעננעל", זיי האבן כמעט א 1000 סטאנצע'ס איבער דעם 50 פארייניגטע שטאטן ! נאכדעם קימט א צווייטער קאמפעני מיט'ן נאמען קאמאלוס, זיי זענען נומבער 2 איבער אמעריקע. ביידע פון די רעדיא קאמפעניס האבן אויך א פליגעל וואס געט זיך אפ צו פארשפרייטן ראדיא שוי'ס. א דוגמא לימבא מיט הענירי באלאנגען פאר קלערר טשעננעל'ס רעדיא דיסטריבוטער 'פרימיער' גלען בעק באלאנגט אויך אהין. קאמאלוס האט אנדערע שוי'ס ווי סעוועזש, לעווין און דזשאן בעטשלאר און נאך.

יעצט אביסל צי די היסטאריע חלק. ווען לימבא האט אנגעהויבן זיין שוי 25 יאר צוריק האט יעדע אינדיווידואלע סטאנציע וואס האט גענומען זיין שוי געדארפט פארקויפן עטליכע מינוט אין יעדע שעה פאר עד'ס, (דאס איז חוץ דעם ערשטן עד וואס לויפט נאך א יעדע ברעיק, וואס יענע עד הערט מען אויף אלע סטאנצע'ס און ס'האט בכלל נישט צוטאן מיט'ן לאקעל סטאנציע) און יענע געלטער איז געגאנגען פאר דער ראש לימבא שוי. שפעטער ווען דער שוי איז געווארן גאר גרויס און פאפאלער איז ק"טש (קלערר טשעננעל) אויםגעקימען מיט אן המצעה אז חוץ פון דע עדס וועלן זיי אויך בעטן סתם אזוי א פי FEE פון יעדע סטאנציע בלויז צו קענען האבן דעם לימבא שוי. פיין און וואיל, זעט אויס אז ס'האט נאך אלס זיך געלוינט און מ'האט געצאלט פארשטייט זיך געוואנדן יעדע שטאט האט באצאלט אנדערע פרייזן לויט די באפעלקערונג אין יענע סיטי. אזא מהלך איז א היבשער אפקומעניש פאר א גרויסע קאמפעני ווען ער דארף יעדן חודש אריינשיקן א פעטן ביל פאר זיין הויפט קאמפעטישאן.. .. האט זיך טאקע יעצט קאמאלוס אויפגעוועקט און געזאגט עד כאן ! איך האלט נישט ביים באצאלן אזא פעטן פרייז פאר ק"טש און נאך און אזעלכע צייטן ווען ס'טוט זיך א בויקאט קעגן לימבא און דע רעטינגס זענען בכלל נישט אזוי גוט פאר הענירי. האט קאמאלוס געזאגט אז זיי ווילן מאכן א נייעם דיעל אויף זייערע טוירמס ! און פרעג נישט פארוואס ק"טש קען נישט נעמען לימבא מיט הענערי און לייגן אויף זייערע אייגענע סטאנציע'ס ווייל ק"טש האט נישט קיין טאלק פארמאט סטאנציעס אין 7 פון דע 10 גרעסטע שטעט און אמעריקע! און אויב גייען זיי נישט קענען ארויפלייגן זייערע חברה דארט זענען זייערע שויס מער ווייניגער דערנאך.

ק"טש האט זיך אביסעל געבראכן און אנגעהויבן פארהאנדלען בלויז איבער לימבא אליין, אנדערש ווי געווענליך ווען זיי האבן אלעמאל געוואלט אז לימבא זאל גיין צוזאמען מיט הענירי. און וויאזוי ס'האלט יעצט און ס'ווערט איבעראל באריכטעט האט לימבא זיך געבראכן און ער בלייבט יא מיט קאמאלוס חוץ אין נו יארק ווי ק"טש האט יא א סטאנציע 710. אזוי האט זיך לימבא געראטעוועט אין אלע אנדערע ריזן שטעט ווי שיקאגא, דאלעס טעקסעס, סאן פראנסיסקו, וואשינגטאן די סי. אבער לימבא פארלירט דאך 770 וואס איז היבש שטערקער פון 710.

אבער הענירי איז געפאלן. און דא טיט זיך א ספין, אפאר רעפובליקאנע סייטס באריכטען אז הענירי האט גאר געפייערט קאמאלוס.... איר הערט. זיי זאגן אז הענירי איז גערעגט וויאזוי קאמולוס בוליד ארום, און פירט זיך אויף נישט מענשליך און זיי פייערן לאקאלע שוי אנפירער רעכטס און לינקס איבער אמעריקע וואס ווייזט אז זיי פארשטייען נישט צי רעדיא בכלל (און מיט דעם איז ער טאקע גערעכט ) אלענפאלס וויאזוי ס'זאל זיין וועט הענירי לכארוה אויך גיין צי 710 און יעצט וועט ק"טש דארפן זוכן פאר עם נייע סטאנצע'ס אין מערערע גרויסע שטעט וואס וועט נישט זיין קיין גרינגע ארבעט.

דע סך הכל איז אז זיי קאמאלוס און סיי לימבא זענען מער געווינערס ווי פארלירער. הענירי איז א פארלירער. און דאס קומט בלויז 2 וואכן נאכ'ן נייעס אז פאקס טעליוויזיע האט אוועקגענומען פון הענירי די 9 אזייגער שעה און עס געגעבן פאר מעגין קעלי א נייע סטאר אויף פאקס. הקיצור נישט א גוטע יאר פאר עם.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר