שמעקעדיג'ס תגובה ווערט א בריוו אין דער בלאט!!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שמעקעדיג'ס תגובה ווערט א בריוו אין דער בלאט!!

שליחה דורך ראשעקאל »

אונז ווייסן שוין לאנג אז די בלאט ליינט דא וואס מ'שרייבט וועגן זיי (נישט אז זיי טראכטן איין מינוט צו ווערן נערמאלער וועגן דעם....), אבער יעצט איז עס צוגעקימען צו נאך א מדריגה.
פאריגע וואך האט [tag]שמעקעדיג[/tag] געברענגט א בריוו פון די בלאט פון אנווייזונגען פאר קעיטערערס

בילד
און שמעקעדיג האט צוגעלייגט צו דעם:
שמעקעדיג האט געשריבן:דער בריוו איז 100% אמת. איך אגריע מיט דעם שרייבער. איך וואלט נאך געקענט צולייגן די ליסטע.

שוין לאנג וואס איך וואונדער זיך פארוואס גיט מען ביי יעדע שמחה א מעסער וואס שניידט נישט, א גראבע נעפקין וואס ווישט נישט, די גלאז וואס איך וויל נעמען אביסל ווארימע גינג'ער עיל (איין קליינע באטעלע פאר א טיש פון 10 מענטשן! חזירים) איז אנגעפילט מיט לעמאן וואסער... און דאס איז גאר "פענצי".


יעצט קימט אן די נייעס (ריפארטעד דורך שמעקעדיג) אז די בלאט האט נישט מער און נישט ווייניגער גענומען שמעקעדיג'ס תגובה, און געמאכט א פרישע בריוו דערפון!!

שמעקעדיג שרייבט אזוי:
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער מאדנע!

די רעדאקציע פון 'דער בלאט' האט ארויסדערווישט מיין אידענטיטעט, (כ'ווייס נישט ווי אזוי, כ'סאספעקט אז זיי זענען פון די הנהלה דא), און מיך אנגערופן אז איך זאל אויפהערן לייגן מאדנע בריוון פון זיי און מער נישט חוזק מאכן פון זיי.
איך האב זיי געפרעגט, פארוואס נישט? וואס וועל איך האבן פון זיך איבערבעטן מיט ענק?
ענטפערן זיי מיר, מיר וועלן מאכן א יד אחת, שמור לי ואשמור לך, מיר וועלן אריינלייגן דיין לעצטע תגובה אין דעם וואכעדיגן "בלאט".
כ'האב מיך געלאזט איבעררעדן און אנגענומען דעם אנבאט. כ'האב געטראכט מסתמא מאכן זיי א ווערטל....
אבער צום סוף האבן זיי עס אריינגעלייגט!! און מגלה געווען פאר יעדן מיינע ר"ת און וואו איך וואוין!

אדרבה, לייענט איבער מיין פריערדיגע תגובה געשריבן פאריגע וואך (ציטירט), און דאן לייענט דעם בריוו דעם וואך אין דער בלאט:
-


בילד
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר