דזשאן געמבלינג רעטייערט! (?)

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

דזשאן געמבלינג רעטייערט! (?)

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

היינט האט דער באקאנטער מארגענדיגער ראדיא רעדנער דזשאן געמבלינג געמאלדן אז ער גייט רעטייערן, זיין לעצטע שוי וואס ווערט יעצט געהערט אויף דאבעליו או אר וועט זיין דעצעמבער 20. די געמבלינג מארנינג ראדיא גייט שוין אן 3 דורות אנגעהויבן פונעם זיידן דזשאן R געמבלינג, זיין פראגראם איז געלאפן יארן צוריק אויף wor און געווען דער מערסט פאפולערע שוי, ס'האו זיך גערופן Rambling with Gambling. שפעטער איז עס אריבער צום זון אויך מיטן זעלבן נאמען, נאכדעם צום אייניקל דער היינטיגער געמבלינג. ער איז אבער רוב פון זיינע יארן געווען אויף WABC.

עטליכע יאר צוריק האט אים WABC אפגעזאגט. האט wor אים גענומען להחזיר עטרה ליושנה ווי אלע געמבלינגס זענען געווען אלע יארן אויף 710. געמבלינג איז דער איינציגסטער פראגראם אויף 710 וואס טוט בעסער ווי דער קאנקורענט Imus פון 770. געמבלינג האט אביסל שטערקערע רעיטינגס.

שפעקולאציעס ווערן אויסגעליפטערט אז וויבאלד געמבלינג איז נאך צו אינג פאר א מיאמי רעטייערמענט ליגט דא עפעס טיפערס. און מעגליך וועט ער צוריק זיין אויף 770 אפשר נאך איימעס וועט גיין אדער מעגליך איבער נעמען לימבא וואס גייט אנהייב נעקסט יאר.

http://www.wor710.com/pages/onair/john- ... tion=72000
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר