אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך John Doe » מיטוואך מערץ 14, 2012 10:00 pm

איך וויס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען. אזעליכע יונגע ראצערס קוים וואס זיי האבן שתי שערות און שוין פירן זיי מערכות און דרייען איבער א וועלט.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ידען » מיטוואך מערץ 14, 2012 10:46 pm

גדעון האט געשריבן:אלס א שטיצער פון די מערכה פון די "גענגסטערס" וועל איך משתדל זיין צו מאכן מיינע ארדערס פון א גראסערי וואס וועט ארויסשליידערן דער שטערן - שפאקטיוו

אויף אלע אידן געווינטשען אזאלעכע גענגסטערס, איידעלע כולל יונגעלייט וואס מיינען גארנישט נאר דעם קומענדן דור,

Welcome back גדעון.

שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. ביסט געווען ביזי צו משכנע זיין די געשעפטן נישט אריינצונעמען די היימישע מאגאזינען?

אויב אנהייב דעם אשכול האב איך געמיינט אז דו האלטסט וואס דו שרייבסט, גלייב איך יעצט אז דו ווילסט נאר זאגן אנדערש ווי אלע שרייבער דא, אבער אויב ענטפערסטו אויף די קומענדיגע שאלות וועל איך אננעמען אז ביסט יא ערנסט.

האט מען גערעדט צו די רבנים וואס געבן זייער הכשר אויפן שטערן?

אויב יא, וואס האבן זיי געזאגט? ווי קען מען געבן א הכשר אויף אזא טריפה אויסגאבע? און פארוואס דערמאנט מען עס נישט אין דעם איסור?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3140
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אנאנים » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:33 pm

איך הער אז סטארס האבן אנגעפאנגען אינגרויסן צוריקצופאקן עמי אויף די שעלווס...

אזוי קוקט מען אויס ווען א גרופע ווארמאנגערס פירן מערכות. נישט נאר טוען זיי נישט נאר זיי מאכן גאר שאדן פאר פריערדיגע מערכות

LOL+++++++++++++++++++++++++++
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:32 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך גדעון » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:37 pm

ידען האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:אלס א שטיצער פון די מערכה פון די "גענגסטערס" וועל איך משתדל זיין צו מאכן מיינע ארדערס פון א גראסערי וואס וועט ארויסשליידערן דער שטערן - שפאקטיוו

אויף אלע אידן געווינטשען אזאלעכע גענגסטערס, איידעלע כולל יונגעלייט וואס מיינען גארנישט נאר דעם קומענדן דור,

Welcome back גדעון.

שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. ביסט געווען ביזי צו משכנע זיין די געשעפטן נישט אריינצונעמען די היימישע מאגאזינען?

אויב אנהייב דעם אשכול האב איך געמיינט אז דו האלטסט וואס דו שרייבסט, גלייב איך יעצט אז דו ווילסט נאר זאגן אנדערש ווי אלע שרייבער דא, אבער אויב ענטפערסטו אויף די קומענדיגע שאלות וועל איך אננעמען אז ביסט יא ערנסט.

האט מען גערעדט צו די רבנים וואס געבן זייער הכשר אויפן שטערן?

אויב יא, וואס האבן זיי געזאגט? ווי קען מען געבן א הכשר אויף אזא טריפה אויסגאבע? און פארוואס דערמאנט מען עס נישט אין דעם איסור?

קודם כל חביבי, איך זאג נישט אנדערש ווי יעדן, איך פארשטיי אז די ווינט איז דא 'אנטי רבנים' און 'פרא איש הישר בעיניו יעשה', אבער סאיז נאך דא עטליכע אידן דא וואס האלטן אנדערש, קוק דיך אביסל ארום,

יעצט צו דיינע קשיות, איך בין נישט די רבנים'ס ווארטזאגער און איך האב כלל נישט קיין אנונג וואס די מעשה מיט דו 'דין תורה' איז געווען,

וואס יא, איך האב גרויס חשק אז דער שטערן - וואס האט מיר אריינגעברענגט אלס בחור אין די גויאישע וואלט - זאל נישט אריינברענגען מיינע קינדער, דאס הארץ טוט מיר וויי זעהנדיג יעדע חודש ווי בחור'לעך שטייען אין די גראסעריס אין ליינען זיך אן מיט די גויאישקייטן וואס פיהלט אן די בלעטער פונעם שטערן,

איך פארשטיי אז נישט יעדער איז איינשטימיג מיט מיין אסעסמענט איבער די אויסגאבעס, יעדער אויף זיין דרגא האט אנדערע האפענונג וויאזוי זייערע קינדער זאלן אויסוואקסן, אבער איך וועל מיט מיינע פאר דאללער שטיצן די גראסעריס וואס וועלן צישטעלן זייערע געשעפטן לויט מיינע שאיפות פאר מיינע לעכטיגע קינדער,
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 508
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך bobi » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:44 pm

the way is to build them up with yesoides hadas, not to close them in a box,whats the chochmah and where is their bchirah
if they are closed in a box and they are robots
bobi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 3:20 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:48 pm

זר זהב שרייבט:
איך גלייב נישט אז זייער פראבלעם איז דאס אז בעלי בתים ליינען עס. אויב וואלט געעוען א וועג אז נאר ב"ב זאלן קענען האבן צוטריט צו די סארט מאגאזינען וואלט קיין איסור דערויף קיינמאל נישט ארויסגעקומען.


האט שוין איינער געהערט אז אין די די היסטאריע פון כלל ישראל אז מען האט גע'אסר'ט א פראדוקט ווייל סאיז דא א געוויסע טייל מענטשן פאר וועמען עס טויג נישט?
אויב בחורים טאר נישט ליינען אבער פאר מיידלעך און בעלי בתים איז עס גאר א מעלה אז זיי ליינען "נאר" דאס, דאן איז דא אסאך עצות וואס צו טון פאר מען געט ארויס א קול קורא ווי עס שטייט בזה"ל והם בבל יראה ובבל ימצא, ויתרחקו מהם "אנשים נשים טף וזקן עד קצה האחרון"...
אויב וואלטן די אידן געמיינט אויפצוטון וואלטן זיי געקענט טון איינס פון די פאלגענדע עצות:
1) מאכן א תקנה אין די שטאט אז "אלע" צייטונגען מוזן ליגן אין די געשעפטן פארשפארט אין אזא קלאזעט (אזוי ווי ציגערטלעך אין וואל מארט...) און אנזאגן די געשטעפט איינגעטומער אז "אלע" צייטונגען (אריינגערעכט דער איד און בליץ...) קען מען נאר פארקויפן פאר א פארהייראטן.
2)נעמען איינס פון זייערע אזויגערופענע כולל אינגעלייט וואס איז פויל צו ארבעטן אבער לערנט נישט קיין איין ווארט אין אים אריינשטעלן אין א גוטע ביזנעס. דהיינו, עפענען זעקס/זיבן צייטונג קיוקסן (נוס סטענטס בלע"ז) אין גאנץ וומ"ס און דאן מאכן א תקנה אז די גראסעריס זאלן מער נישט פארקויפן קיין "שום" צייטונג, און דאן וועט מען קענען קאטראלירן אז די צייטונג קיוקס פארקויפט נאר פאר פאראנטווארטליכע גרעסער מענטשן.
3) און אויב די אלע זאכן קען מען נישט טון און דו ווילסט שרייבן אן "איסור" אנשטאט צו מאכן א "תקנה" דאן שרייב "כלה כמות שהוא" שרייב אז בחורים טאר נישט... שרייב נישט קיין ווילדע נערישע איסורים אויפן עצם פראדוקט אז יעדער דארף זיך מרחק זיין עד קצה האחרון...
4) און אויב ביזטו געצווינגען צו שרייבן ווילדע איסורים ווייל נאר דאס קענסטו, דאן שרייב אויף דיין פאליטשער צייטונג און אויף דיין חבר דעם בליץ אויכט...
סך הכל זעהט מען קליפ און קלאר אז זיי מיינען נישט דעם אויבערשטן אדער עפעס אויפצוטון פאר אידישקייט.
און צו דיר טייערע זר זהב זאג איך. קום נישט דא פראבירן צו מאכן פי. אר. פאר דיין ווילדע מערכה, ווייל דא דרייען זיך מענטשן וואס האבן א שטיקלע מוח אין זייער קאפ און וועסט קיינעם נישט אויפווייזן.
ליבערשט דריי זיך ווייטער ביי די גראסעריס און מאך אן דיין טעראר, אבער לאמיר דיר זאגן זייער קלאר עס זעהט אויס אז די גייסט אויף צו פארלירן נישט נאר דעם סטאפיט מערכה, נאר דו מיט דיינע חברים וועלן ווערן אזוי ללעג ולקלס אז פאר די נעקסטע צען יאר קענסטו ווייטער זיך זעצן רעדן קינדישע פאליטיקלעך ווייל וועלכע מערכה דו וועסט פראבירן להבא וועסטו פארלירן, און מען וועט לאכן פון דיר אין די גאסן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5285 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:48 pm

גדעון, כה לחי! זאגסט אקוראט וואס הונדערטער מענטשן בלוטיגן אין זייער הארץ!

וואס יא, איך האב גרויס חשק אז דער שטערן - וואס האט מיר אריינגעברענגט אלס בחור אין די גויאישע וואלט - זאל נישט אריינברענגען מיינע קינדער, דאס הארץ טוט מיר וויי זעהנדיג יעדע חודש ווי בחור'לעך שטייען אין די גראסעריס אין ליינען זיך אן מיט די גויאישקייטן וואס פיהלט אן די בלעטער פונעם שטערן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9464
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4166 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אנאנים » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:52 pm

LOL פאר "זיי מיינען נאר דעם קומענדיגן דור".

אויב מיינען זיי דעם קומענדיגן דור זאלן זיי ווייניגער גזל'ען פון די רעגירונג, א קלענערע חילול ה' מאכן, גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן, ברענגען פרנסה אין שטוב, ארבעטן אויפ'ן אייגענעם נאמען, אוועקווארפן דעם טריפה'נעם אינטערנעט, נישט קויפן פאליסיס אויף אלטע אידן מיט כל ערליי שווינדלערייען און דריידלעך, נישט אויסנוצן יעדן איינציגסטן טריק אינעם בוק צו שלעפן געלט אומלעגאל פון יעדן פלאץ וואס זיי קענען נאר, נישט לייגן צעטלעך איבער ארבעטן הלכה ולא למעשה וכו' וכו'' וכו'. מען קען אנפילן גאנצעטע ביכער איבער די מעשים טובים פון די איידעלע יונגעלייט.

און בעיקר זאלן זיי אויסלערנען זייערע קינדער דעם ענין פון דרך ארץ קדמה לתורה, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפענען קיין אנדערע אידן, נישט מבזה זיין, נישט פארשעמען קיין רבנים, נישט ווארפן פאשקעווילן, נישט מאכן קיין ליצנות פון רבני'שע חתימות מיט'ן טוישן נוסחאות פון קול קורא'ס לויט ווי ס'קומט זיי אויס בעסער פאליטיש, זיין פארנומען מיט זעך און נישט א גאנצן טאג טראכטן וועמען נאך מען קען אונטערברענגען. ואחרון אחרון חביב זאלן זיי אויסלערנען די קינדער אז ווען א רב בישראל, א גאון עולם, גיט א פסק און א הכשר דעמאלט מוז מען דאס רעספעקטירן צי ס'געפעלט יא צי ס'געפעלט נישט. אויב דער רב האט איינגעזען אז דער פראדוקט דארף זיין כשר מסתמא האט ער זיינע סיבות ע"פ תורה.
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:32 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:55 pm

ראשאקאל איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען. ס'איז אוואדאי נישט קיין לכתחילה פאר בעלי בתים עס צו לייענען, אבער א איסור געט מען נישט ארויס אויף א "בדיעבד" , בעלי בתים מעגן עס בדיעבד לייענען. די איסור איז ארויסגעקומען ווייל יונגע בחורים טארן עס לכתחילה נישט לייענען!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9464
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4166 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך שרגא » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:55 pm

גדעון, איין פראגע:
דער בליץ איז נישט פונקט אזוי ארג? אויב נישט, פארוואס?
דער איד און דער בלאט זענען נישט פונקט אזוי געפערליך, אדער ערגער?
די נאכאנאנדע אידישע 24-שטונדיגע ראדיא, איז נישט פונקט אזוי געפערליך, פאר יונג (וואס דער קאפ ווערט אריינגעשלעפט אין די גויאישע וועלט מיט פאליטיק און אלע נארישקייטן) און אלט (טויזנטער שעות ביטול תורה וועכנטליך)?
און אויב לאמיר זאגן האלטסט אז דאך איז דער שטערן אויף אביסל אן ערגערע שטאפל, האלטסטו טאקע אזוי ווייט איז דער חילוק אז אויף די אנדערע הערט מען נישט קיין אות אחת, ניטאמאל א מכתב הסברה, ווידער דער שטערן פארלאנגט אן איסור גמור בבל יראה ובל ימצא ויתרחקו אנשים נשים וטף עד קצה האחרון מיט א גאנצע קאמפיין פון "צווינגען" די געשעפטן עס ארויסצוטראגן? ממש ממש ממש אזוי ווייט? עס קוקוט דיר טאקע אויס לויט דעם ווי די עסקנים מיינען דא ממש לשם שמים צו ראטעווען דעם דור?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

הודעהדורך דעינעש » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:59 pm

זר זהב האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
דעינעש האט געשריבן:נישט צו פארקריכן פונעם נושא,
ווער געדענקט נאך די איסור אקעגן VIN ??
(און אויף וויפיל האט עס געפועלט ביי אייך ??)

צירוק צום שטערן (כ'מיין רבנים...)


דעינעש, ווי"ן איז אנדערש, ווי"ן דארף נישט אנקומען צו געשעפטן אז מען זאל קענען אנקומען צו זיי, דער שטערן ווערט פארקויפט אין די געשעפטן, און דער איסור איז נאר א שפרונג ברעט צו קענען אפשטעלן דאס פארקויפן אין די געשעפטן, אזוי ווי דער איסור זאגט קלאר, דעריבער וועט זיך דאס ווענדן נאר אין אונז, מיר וועלן דארפן פאדערן פון אנזערע געשעפטן בכל התוקף עס ווייטער צו פארקויפן, און איך זאג קלאר, אויב מיין גראסערי שטעלט עס ארויס, מעלד איך אים איין אז ער פארלירט מיך אלס קאסטומער.

ווי"ן האט זיך פיין געטוישט כידוע פאר דעי וואס לייענען עם שוין יארן. ער באריכט שוין נישט אלע סארטן נייעס'ן אא"וו. א סוקסעספולע מערכה!

הדד
ביי ווי"ן איז יא דא אדוועטייזערס און אויך וויזיטארס צו זייער סייט, אמת אויף א אנדערע פארנעם ווי יעצט ביי די רעבנים פרשה (ליין שטערן),
און ווי זר שרייבט, איט וואאז סוקסעספול, [כאטשיג עס איז אויך געווען א קאמפיין פיל מיט פארטייאישע נגיעות, לויט ווי געהערט דעמאלטס] אבער זיי זענען מיינעך נאך אין ביזנעס ב"ה, (אפשר אנדערע בעלי בתים)

בכל אופן, יעדער האלט זיך אונטער אויף זיין שטייגער
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:17 am

גדעון האט געשריבן:קודם כל חביבי, איך זאג נישט אנדערש ווי יעדן, איך פארשטיי אז די ווינט איז דא 'אנטי רבנים' און 'פרא איש הישר בעיניו יעשה', אבער סאיז נאך דא עטליכע אידן דא וואס האלטן אנדערש, קוק דיך אביסל ארום

ווינט דא איז אנטי-רבנים? דער עולם דא איז צעקאכט איבער דעם חסרון פון מנהיגות, פון דעם פאקט אז דער מצב איז ליידער "איש כל הישר בעיניו יעשה". אז א פאר צעהיצטע לצים זענען מחליט צו פירן א מערכה, קענען זיי תיכף באקומען אונטערשריפן פון פילע רבנים.
און למען האמת, באשטייט דען די יהדות החרדית פון די פאר רבנימ'לעך וועלכע האבן אונטערגעשריבן קעגן דעם "שטערן"? ווי מיר ווייסן אלע געהערן זיי צו דער עקסטרעמיסטישער רז"ל-פראקציע פון סאטמאר. דארף מען אלזא בכלל נישט זיין "קעגן רבנים" צו האלטן אז די פאר קיצונים זענען אפגעפרעגטע רע-בנים.
אז דו פרעגסט מיך וועל איך דיר זאגן אז מיר שטערט אויך אז די אנדערע רבנים, די וועלכע זענען נישט פון די עקסטרעמיסטן, רופן זיך נישט אן, און מאכן נישט קיין סוף איינמאל פאר אלעמאל צו דעם עקלדיגן עסטרעמיסטישן קאראהאד וואס גייט שוין אן עטליכע יאר. וואו איז זייער קוראזש? פאר דעם זענען זיי רבנים, אויף צו קענען מיטשאקלען מיט'ן שוואונג? אויף צו פארמאכן דאס מויל ווען מען דארף זיי קריטיש וויכטיג?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3660 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אנאנים » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:48 am

שרגא האט געשריבן:גדעון, איין פראגע:
דער בליץ איז נישט פונקט אזוי ארג? אויב נישט, פארוואס?
דער איד און דער בלאט זענען נישט פונקט אזוי געפערליך, אדער ערגער?
די נאכאנאנדע אידישע 24-שטונדיגע ראדיא, איז נישט פונקט אזוי געפערליך, פאר יונג (וואס דער קאפ ווערט אריינגעשלעפט אין די גויאישע וועלט מיט פאליטיק און אלע נארישקייטן) און אלט (טויזנטער שעות ביטול תורה וועכנטליך)?
און אויב לאמיר זאגן האלטסט אז דאך איז דער שטערן אויף אביסל אן ערגערע שטאפל, האלטסטו טאקע אזוי ווייט איז דער חילוק אז אויף די אנדערע הערט מען נישט קיין אות אחת, ניטאמאל א מכתב הסברה, ווידער דער שטערן פארלאנגט אן איסור גמור בבל יראה ובל ימצא ויתרחקו אנשים נשים וטף עד קצה האחרון מיט א גאנצע קאמפיין פון "צווינגען" די געשעפטן עס ארויסצוטראגן? ממש ממש ממש אזוי ווייט? עס קוקוט דיר טאקע אויס לויט דעם ווי די עסקנים מיינען דא ממש לשם שמים צו ראטעווען דעם דור?


געוואלדיג! געוואלדיג!

ווען די רבנים מיינען עס אמת'דיג וואלטן זיי געאסרט אלע צייטונגען בלי שום יוצא מן הכלל און נאר מתיר געווען די מעלות. האבן זיי אבער געמוזט שפילן פאליטיק און מאכן ליצי ליצנות. אויב איינער האט באמערקט האבן זיי דריי מאל געטוישט דעם נוסח פון דעם איסור.

נוסח א': אינעם ערשטן נוסח פונעם איסור איז געווען נכלל חוץ פון דער שטערן און דער שפּאקטיוו אויך דער "בליץ".

נוסח ב': אינעם צווייטן נוסח פונעם איסור איז ארויסגענומען געווארן דעם "בליץ", וואס דאס ברענגט די ברענעדיגע שאלה, ווער איז געשטאנען אונטער דער החלטה אראפּצונעמען דעם בליץ פונעם איסור?

נוסח ג': אינעם דריטן נוסח איז ארויסגעשניטן געווארן בכלל דער פאקט "שהעורכים עמדו לפנינו וקבלו ע"ע להיות כפוף תחת מרות הרבנים ופיקוחם ע"י משגיח וככל היוצא מפיהם יעשו." עס איז נאר געבליבן די ווערטער "באו לפנינו עורכי המאגאזינען שטערן ושפאקטיוו והציעו לפנינו דבריהם בכתב בארוכה וכן בע"פּ את שיטתם בנוגע להנ"ל." (מסתמא האט זיך די רבנים געכאפט אז זיי מאכן ליצנות פון זיך אליינס אויב זיי זענען מודה אז די עורכים האבן מסכים געווען צו זיין אונטערגעווארפן אונטער די רבנים.

עס איז קלאר ווי דער טאג אז די רבנים האבן נישט ארומגעטוישט דעם נוסח. אויב עפּעס איז דאס געטאן געווארן דורך פּריוואטע מענטשן מיט פּאליטישע כוונות, און דאס ברענגט אונז צוריק צו די ברענעדיגע קשיא, וואס ליגט באמת אונטער דעם קאמפּיין און ווער איז באמת דער וואס איז מחליט וויאזוי צו פירן די מערכה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באריסטא אום דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:39 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אנאנים, ביטע מאכט אונז נישט אזויפיל ארבעט מיט'ן אונז צווינגען כסדר צו רעדאגירן אייערע הודעות.
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:32 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:51 am

אלס א ליינער פון דעם שטערן פון דעי וואן (כ'מיין אז כ'אב נאך ביי מיר אלע אויסגאבעס פון דעם ערשטן) קען איך מעיד זיין, און אזוי אויך מייין איך אז אלע ליינער קענען מעיד זיין, אז ער האט זיך שטארק געטוישט, די סטייל, די סארט ארטיקלען וואס ער שרייבט. זייט ער האט דעם הכשר האט ער זיך זייער זייער שטארק געטוישט, און יא, איך האב אויך א שטוב מיט קינדער, און אויך בחורים, און איך לאז זיי ליינען "נאר דאס", ווייל כהיום איז דאס דער ריינסטער אויסגאבע.

גלייב מיר נישט, קויף איין וואך דער איד און דער בלאט און קוק עס אדורך, וועסט זיך אליינס איבערצייגן, עס איז א עקל און א גרויל וואס מען שרייבט דארט, און אויף דעם זארגט זיך קיינער נישט פאר די "קומענדיגע דורות", אדער אז עס "זאל נישט אריינברענגען אין מיינע קינדער די דרויסנדיגע וועלט". ווילסט אפהיטן דיינע קינדער פון די דרויסנדיגע וועלט? מאך זיכער אז זיי האבן ליב דעם אינוויינגסטן וועלט, פיטער זיי אויטענטישע אידישקייט, וועלכע איז ביוטעפול, וועלכע פארזיסט דאס לעבן, און דאן וועלן זיי נישט וועלן וויסן פון עפעס אנדערש. פון נישט ליינען דעם שטערן, אבער יא דער איד/בלאט, וועסטו זייער ווייניג היטן דיינע קומענדיגע דורות.

ס"ה פילסטו זיך גוט אז דו ביסט פרום, ווייל דער שטערן האט גלאנציגע פעידשעס און א שיינע קאלערדיגע דעקל, אה, יא, די לעצטע צוויי יאר שוין די גאנצע קאלערדיג, נו, דאס איז דאך א שוידערליכע פירצה, מען מוז דאס אסר'ן. וואס האקסטו מיר אין קאפ אריין, אכטונג געבן אויף די דורות קען מען "נאר", און נאכאמאל "נאר" דורך זיי פיטערן אמת. נכרים דברי אמת, און אז זיי וועלן דאס האבן וועלן זיי נישט דארפן עפעס אנדערש, און אויב וועלן זיי דאס נישט האבן, גיב איך דיר א גאראנטי, יא, אני הקטן, הדד בן בדד פון קאווע שטיבל, גיב דיר א גאראנטי, אז אויב וועלן זיי דאס נישט האבן, און זיי זענען אזעלכע וועלכע זוכן עפעס סיפוק אין לעבן, וועט דיר גארנישט העלפן דאס פארמאכן דעם שטערן, זיי וועלן שוין טרעפן עפעס אנדערש, און גאר שטארק מעגליך אז ס'וועט זיין פיל ערגער פון דעם שטערן.

אין די תורה שטייט אויף מאכלות אסורות ונטמאתם בם, זאגן חז"ל, ונטמטם בם, אז דער קאפ און מוח ווערט פארטעמפט פון עסן אלע סארט שוואכע הכשרים, און די געשעפטן זענען היינט אנגעפילט מיט זאכן, אבער קיינעם פאלט נישט ביי צו אסר'ן, אדער גאר מאכן א מערכה ביי דיגעשעפטן נישט צו פארקויפן. דער שטערן איז נישט אנדערש. אויב דיר טוט וויי וואס דו האסט געליינט אלס בחור, האסטו פשוט א פערזענליכע אגענדע, און עס איז דיר גרינג אנצולייגן דיין חסרון אין יענעם, יענער איז גאר שולדיג, נישט דו אליינס, און מיט אים אינטערברענגען רעדסטו זיך איין אז דו וועסט אויף דעם מכפר זיין. נייס טריי, ביים אידישן גאט ארבעט דאס נישט, דאס ארבעט נאר ביי די אייגן פארבריצירטע אל אחר פון די איסורים פאבריצירער.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1464
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

לא אלמן ישרא'

הודעהדורך דעינעש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:12 pm

לא אלמן ישרא'

בגדולות קומען די מכון לפיקוח ארויס מיט א בריוו פארן שטערן ושפאקטיוו די וואך אין בלאט

ליינטס און האטס הנאה
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: לא אלמן ישרא'

הודעהדורך chasid » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:14 pm

דעינעש האט געשריבן:לא אלמן ישרא'

בגדולות קומען די מכון לפיקוח ארויס מיט א בריוו פארן שטערן ושפאקטיוו די וואך אין בלאט

ליינטס און האטס הנאה

ביטע אפלאודן ווער ס'קען
ייש''כ
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:40 pm

אייזן שטארקע בריון, ותשוח"ח להאדמורי"ם החתומים שם פארן מקיים זיין דעם ולא תגורו מפני איש
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:07 pm

גדעון,

האסט אלע רעכטן צו באשליסן פאר זיך וואס דו האלסט פאר ריכטיג. אין דעם זינען קומט דיר קרעדיט און הלוואי זאלן מיר אלע אזוי זיין.

לענ"ד נראה אז די גויאישקייט אישו מיטן "שטערן" איז נישט שייך, ווייל די גויאישקייט איז שוין במילא דא אויף א באלעבאטישן פארנעם. פון די מויערן וואס דער ערשטער דור האט אויפגעשטעלט ארום אונזער מחנה איז שוין כמעט נישט געבליבן קיין זכר. אמאל האט מיטגיין מיטן סיסטעם בדרך כלל געמיינט פארן גוט. היינט איז א מצב אז אויב שטייט מען פאסיוו, שב ואל תעשה, פארט מען זייער א סך מאל לינקס. די "דיפאלט" טראגט היינט אין אן אנדער ריכטונג ווי אמאל -- אן אמאל וואס גייט צוריק ווייניגער ווי 10 יאר.

מער און מער פון אונזער עולם ווערט אראפגעשוואנקען פון שיף. און די כוואליעס זענען נישט גויאישקייט, נאר געפאלנקייט, סתם פארגרעבטקייט.

אין א וועלט וואו דער אינטערנעט איז שולט, איז דער שטערן א ישועה, נישט קיין פראבלעם. דאס איז שוין אויב מיר וועלן מסכים זיין צו א הנחה אז דער שטערן איז גויאישקייט.

ווער עס האלט אז דער שטערן איז גויאיש און א פראבלעם זאל מוחל זיין ארויסשארצן זיך די ארבל און צושטעלן עפעס אנדערש. וואספארא ווירטשאפט איז דאס צו זיצן אויפן לעיזי באי און אימעילן איסורים יעדע פינף מינוט -- לאז שוין זיין אז מ'רעדט באמת פון פראבלעמען וואס דארפן באהאנדלט ווערן.

מענין לענין, איך מיין אז די סיבה וואס האט געפירט דערצו אז משונהדיגע מענטשן און צעדרייטע עקסטרעמיסטן האבן זיך געקענט צושטעלן צום רודער איז ווייל קיינער שטייט נישט דארט. די רבנים/חותמים/אוסרים זיצן זיך פארלוירן אין זייער באקוועמע פאטעלן און טוען זילטש. נישטא כמעט קיין פירערס -- איך רעד נישט פון ערליכע, נארמאלע פירערס, נאר פירערס בכלל; עמיצער וואס זאל עפעס טאן זאכליך פארן כלל. נישטא. אז דער קאנטראל צימער איז ליידיג, האבן זיך דארט אריינגעזעצט פראים, בעלי מידות מגונות, און סתם אומסטאבילע באשעפענישן.

זיי קענען שרייען עד אפס כוח. עס וועט דויערן אביסל און די אידן מיט לויזע חתימות וועלן זיך ארומזען שרייען צום קול פון זייער אייגענעם עכא. דעמאלט וועט זיין אביסל צו שפעט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1302 מאל

Re: לא אלמן ישרא'

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:47 pm

דעינעש האט געשריבן:לא אלמן ישרא'

בגדולות קומען די מכון לפיקוח ארויס מיט א בריוו פארן שטערן ושפאקטיוו די וואך אין בלאט

ליינטס און האטס הנאה

שוין דאנערשטיג. איינער לייענט דא דער בלאט?

אויב יא, לייג ארויף זייער בריוו.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3140
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:08 pm

בריוו
בייגעלייגטע פיילס
letter.jpg
letter.jpg (206.33 KiB) געזען געווארן 1138 מאל
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1302 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך chasid » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:12 pm

מוראדיג שטארק!!
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:14 pm

A1 :like
אלע לאמיר זאגען שכוח פאר דער שטערן פאר די גיטע ארבעט
און לאמער אלע צישטיין צי דע מערכה
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

הודעהדורך דעינעש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:32 pm

שכוח פשוט
chasid האט געשריבן:מוראדיג שטארק!!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:35 pm

רח"ל מיר דארפן צוקיקען ווי רבנים שלאגן יך ארום ווי קינדער. אז איינער אסרט, ווער געט רעכט פאר די א.ג. "רבנים המפקחים" צו שרייען אז ס'איז מותר? אוי לנו שכך עלתה בימינו!
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך דעינעש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:53 pm

שמואל שלום שלמה האט געשריבן:רח"ל מיר דארפן צוקיקען ווי רבנים שלאגן יך ארום ווי קינדער. אז איינער אסרט, ווער געט רעכט פאר די א.ג. "רבנים המפקחים" צו שרייען אז ס'איז מותר? אוי לנו שכך עלתה בימינו!

זאג נאר, ווער פירט און ווער פארפירט ??

וועקט אייך אויף, אויפשטיין...
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט