אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:56 pm

"ווער פירט און ווער פארפירט" - ווער איז דאס מחליט? איך וועל זאגן אזוי ווי מען האט געזאגט ביי אנדערע פרשיות: ווי זענען די רבנים המתירים ביי אנדערע פירצות? פלוצים דא וועקן זיי זיך אויף?
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אךשמח » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:58 pm

שמואל שלום שלמה האט געשריבן:רח"ל מיר דארפן צוקיקען ווי רבנים שלאגן יך ארום ווי קינדער. אז איינער אסרט, ווער געט רעכט פאר די א.ג. "רבנים המפקחים" צו שרייען אז ס'איז מותר? אוי לנו שכך עלתה בימינו!

וואס רעדסטו נארישקייטן?

------------------------

דער בלאט האט געווידמעט א גאנצן עדיטאריעל פאר די שמוציגע פרשה.

יעצט איינמאל האט דער בלאט געמאכט א גוטע ארבעט!

זיי האבן דאך שוין געשפירט די היץ אויף זייער אייגענע פלייש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אךשמח אום דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:00 pm

העי יו !!!
זיי זענען דא געווען פאר די אוסרים זיי געבען שוין א הכשר אויף דער שטערן יארען
קומען די אוסרים און ריקען אריין א איסור און מאכן זיך ניטאמאל וויסענדיג פון די בעלי מכשירים
איך מיין וואט דע העלל גאוס אן העיר......
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:10 pm

אויייי איז דאס גוט!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:12 pm

אה, אך, שלום עליכם. שוין לאנג נישט געהערט פון אייך. צו קענט איר ארויף שטעלן א קאפיע פון דעם עדיטאריעל אין בלאט?
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:12 pm

זאלען זיך די רבנים ארימרייסען פליקען בערד און פאנטשען גלעזער
אבער נאר צווישען זיך
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

הודעהדורך דעינעש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:33 pm

שש"ש
די ביזט גוט דא, אז יעדער זאגט די זעלבע מה כל האשכול הזאת,
והרבנים הם הם תפארתנו, ולאורם אור תורתם אנו מתחממים
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

אפיציעלער היתר אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך דעינעש » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:44 pm

אפיציעלער היתר אויף שטערן/שפאקטיוו

אמע"כ העורכי קאווע שטיבל הלז הע"י,

מקען שוין פארריכטן ס'קעפל האשכול,


יישר כח,
הק' דעינעש
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך קארל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:44 pm

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִּיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה.
עס זענען נישט דא קיין ווערטער צו לויבן און דאנקען השי"ת על כל החסד אשר עשה, ועל אשר מסר עולמו לשומרים. ענדליך ענדליך, נאך אזויפיל יארן זיך אפליידן פון די ליידיגע קעפ, רשעי וקיצוני ישראל, איז אנגעקומען דער טאג אויף וועלכן מיר האבן אזוי געווארט, אז ערליכע רבנים זאלן ארויסטרעטן קעגן די מחרחרי ריב, און אפטון די מאסקע פון זייערע טראציגע פנימ'ער.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.
איך וויל זיך נישט באנוצן מיט ליידיגע גארנישט-מיינענדע סופערלאטיוון, אבער אין א וועג איז די "מודעה רבתי" פון הגאונים זיידא און אבראהאם א מאנומענטאלער געשעעניש אין דער היסטאריע פון דעם יהדות החרדית אין אמעריקע. עס איז דאס ערשטע מאל וואס די "עסקנים" און זייערע רבנים-שותפים זענען אויסגעטון געווארן נאקעט ברבים, און זייער קלון איז באשריבן געווארן דורך ערליכע רבנים וועלכע האבן איינגעזען אז דער מצב פארלאנגט א מחאה. כמעט יעדע שורה פון דער "מודעה" פארמאגט פערלווערטער פאר וועלכע מען וואלט געדארפט עקסטער געבן קידוש אין ביהמ"ד אז ענדליך האבן רבנים דאס איינגעזען.
אנגעפאנגען מיט דעם ערשטן פאראגראף, וואו די רבנים שרייבן אז טראצדעם וואס כמעט אלע טאליבאן-געשטימטע רבנים פון וויליאמסבורג האבן געשריבן אויף דעם "שטערן" אז "יתרחקו מהם אנשים נשים טף וזקן עד קצה האחרון... שלא יכשלו בהם ח"ו אפילו באקראי ובסתר כבגלוי," איז עס כשר למהדרין, און די גאנצע כוונה פון די איסור-שרייבער איז "נישט געווען אויף צו מאכן תיקונים." פאר די אלע וועלכע ווייסן נישט וויאזוי דער איסור-מארקעט ארבעט, מאכט דער זעלבער פאראגראף קלאר אז די עסקנים און רבנים-קאלאבארירער האבן נישט געטון דאס מינדעסטע זיך צו פארבינדן מיט די רבנים וועלכע געבן די השגחה אויף דער אויסגאבע שוין די לעצטע עטליכע יאר! הרב זיידא און הרב אבראהאם ווילן אז מיר זאלן וויסן אז דאס איז זייער מהלך, דאס איז דער וועג וויאזוי זיי ארבעטן - "ומזה בעצמו יוכל כל אדם להוכיח על הדרך והנימוס." גאר שטארקע ווערטער.
די "מודעה" מאכט אויך קלאר דאס וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש טענה'ט שוין יארן, הלמאי מ'רודפ'ט און מ'צאפט דאס בלוט פון פריוואטע מענטשן וועלכע געבן ארויס אויסגאבעס על טהרת הקודש, בו בזמן וואס עס ערשיינען וועכנטליך שמוציגע צייטונגען אן קיין מינדעסטע רבני'שע אויפזיכט. ענדליך זאגן די רבנים, "אמת! 'דער שטערן' איז פיל בעסער פון זיי!"
אויף אזוי ווייט איז "דער שטערן" בעסער און אויסגעהאלטענער אז די רבנים באפעלן די געשעפטן אים דווקא יא צו פארקויפן, ווייל אולי וועט דאס אפהאלטן מענטשן פון לייענען די אנדערע שמוציגע היימישע אויסגאבעס.

עס איז נאך דא א סך צו קאמענטירן אויף דעם היסטארישן דאקומענט. ביז אהער איז בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל וואס איך האב געשפירט געצווינגען צו רעאגירן אפילו איך בין יעצט געדרוקט אין צייט.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אךשמח » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:47 pm

ערשטער חלק
בייגעלייגטע פיילס
IMAG3380-1-1.jpg
IMAG3380-1-1.jpg (34.1 KiB) געזען געווארן 1794 מאל
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 7:32 pm

היסטאריע!! די רבנים לאזן זיך מער נישט פון די טעראריסטען!! מער וועט אונזער שטאט נישט געפירט ווערן דורך זעלבסט-געקרוינטע א.ג. עסקנים! ברוך שמסר את עולמו שלומרים!! ייסכר פי דוברי שקר!!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4414 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אךשמח » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 7:58 pm

לאמיר פרובירן צוצוטרעפן וואס זייערע קומענדיגע פלענער וועלן זיין.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך דבילה » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:40 pm

קומענדיקע פלענער? קעגן וועם, קעגן די רבנים המכשירים פון די "שטערן/שפאקטיוו" וואס האבן זיך געוואגט צי זיין מחוצפים צי רבנים וואס האלטן זיך בכלל נישט אין די ליגע פון די סתם רבנים, נאר גאר צי זיין רבנים איבערן כלל מיט א העכערן פארשטאנד? ווארט נאר 'עסטו זען ווי די רבנים המכשירים וועלן האבן צי לעקן פון די באנדיט'שע רבנים... און דאס אליין איז די שיינקייט פון די רבנים המכשירים. ס'איז העכסט איבעראשנד צי זען רבנים זאלן האבן קוראזש זיך ארויסצישטעלן אויף א לינקע שטעלונג וואס זיי האלטן איז ריכטיג.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אנאליזירער » דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:04 pm

די מודעה פון הגה"צ ר' יעקב זיידא שליט"א איז א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר דעם "שטערן". זאל דער אויבערשטער העלפן אז זיי זאלן ווייטער מצליח זיין.
אין דעם נייעם "שפאקטיוו" וואס איז היינט ארויסגעקומען שרייבט דער רעדאקטאר א "ווענדונג צו אונזערע חשוב'ע לייענערס", וואו ער איז מסביר בקיצור די השתלשלות הדברים, און בעט אז מ'זאל פאדערן און גראסערי דעם "שטערן" און "שפאקטיוו".
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך שרגא » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:18 am

WOW WOW WOW
דא האב איך געדארפט ניצן די אלע WOW'ס, נישט ביים איסור וואס איז באמת א קליינע WOW, ווייל ליידער איז אן איסור נישט אזא גרויסער חידוש היינט. אבער אזא צעטל פון הרב זיידא, דאז איז שוין איינמאל א WOW.
באמת, זעענדיג ווי איינער האט עס דא היינט געברענגט, האב איך קודם געקלערט אז עס איז א געמאכטע זאך. כ'נישט געקענט גלייבן אז עס איז דא אזא ערנסטע רב וואס איז גרייט זיך ארויסצושטעלן און זאגן וואס ער האלט באמת, אן דעם וואס ער זאל טראכטן פון די מעגליכע קאנסעקווענצן, אן דעם ואוס ער זאל זיין פאליטיקלי קארעקט. עס איז ממש א שטארקייט (אזוינס ואס מען האט נאכנישט געזען זייט דער בעלזער האט מיט אזא שטארקייט זיך אראפגעלאזט און געטאן וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, אדער למען השלום).
איך קוק ארויף דעם איד, ער דארף זיין דער וואס טרעט אויס דעם וועג, אזעלכע רבנים קענען העלפן צוריק אויפבויען די טראסט און רעספעקט וואס פשוט'ע בעלי בתים און דער קומנענדיגער דור זאל האבן פאר די מנהיגים.
מען דארף פארשטיין אז דא איז נישט סתם א רב קומט זאגן אז אניסאקיס ווערים איז מותר, ווען רוב שרייען אסור, וואס אפילו דאס וואגן זיך היינט ווייניג און יעדער וויל נאר נאכטאנצן די גרויסע און דער חלום איז נאר צו ערשיינען צוזאמען מיט די "הויפט רבנים". נאר דא איז עס פיל פיל ווייטער. הרב זיידא האט זיך אנגענומען פאר א פריוואטן מענטש. ער האט פשוט געזען די אומ'יושר וואס דא איז פארגעקומען און ער האט באשלאסן אז ער קען בשו"א נישט שווייגן, ער טאר נישט שווייגן.
אבער נאך אלץ וואלט ער געקענט ארויסקומען מיט עפעס א פארווע קורצע פאראגראף, וואס וואלט אויך געווען א קונץ בשעת די אלע פופצן רבנים זענען ארויסגעקומען מיט אזא "שארפן איסור בבל יראה ובל ימצא". אבער ניין, ער האט זעט אויס דוקא יא געוואלט שרייבן קלארע דיבורים, וואס איך האב שוין יעצט געליינט אין דעם נייעם שפאקטיוו, און דא הער איך אז אויך אין דער בלאט ערשיינט דאס. דאס איז ממש אומגלויבליך. ער שרייבט אפן אז דא קומט דער כוחא דהתירא עדיף (וואס איז היינט א פארגעסענע זאך און נאר א שפעט-ווארט אויף כ"ק מקארלסבורג שליט"א), ער שרייבט קלאר אז יא ער האלט אז דער שטערן איז בעסער ווי די אנדערע מאגאזינען וואס האט בכלל נישט קיין השגחה און ווי די אנדערע וואס האבן פאליטיק לשה"ר רכילות, און שרייבט אויך קלאר אז די רבנים הגאונים שליט"א וואס האבן געחתמעט האבן "מחמת איזה ידידות ופוליטיק" משמיט געווען אן אנדערן מאגאזין וואס איז שוין געליגן אינעם איסור אן דעם וואס אסאך חותמים האבן אפילו געוואוסט אז מען האט עס ארויסגענומען, אויך שרייבט ער אז די רבנים וואס האבן זיך מצרף געווען "כפי הנראה להיות, אחד סמך על חבירו בכל כוחו, בלי בירור וידיעה כלל", און דערנאך מיט א גבורה שרייבט ער אז ער זאגט קלאר פאר די געשעפטן אז זיי זאלן "יא" ממשיך זיין צו פארקויפן די שטערן און שפאטקטיוו "ולית לן לאשגוחי בהו כלל" .
און בעצם האב איך הנאה אז למעשה נאך דעם איסור וואלט געווען א פראבלעם עס צו קויפן פשוט ווייל נישט אזוי קען מען ערציען גרויסע קינדער ווען מ'ווייזט אז מ'פייפט זיך אריין אין א קול קורא וואס זיי האבן געזען, אבער יעצט איז דאך שוין דא קלארע ווערטער און א פסק פון דעם רב וואס זאגט קלאר די גאנצע מעשה און ווי זיי אליין זיצן אייביג צו דן זיין אויף יעדע זאך אינעם שטערן און די אייגנטימער זענען אלץ גרייט אים אויסצוהערן, איז דאך אלעס כשר וישר.
הרב זיידא און הרב אבראהאם (סארי, איך קען נישט אייערע ריכטיגע טיטלען), איר האט געוויזן אז לא אלמן ישראל. לאמיר האפן עס איז א גוטע התחלה און מנהיגים טוען ווי זייער דעת תורה דיקטירט, און נישט ווי די עס איז די פאליטישע לופט, ווי עס איז די צייטגייסט, און ווי די היציגע נטורי-קרתא-סטיל עסקנים פארלאנגען.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך Starbucks » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:30 am

100+ לא אלמן ישראל, ב״ה ס׳דא כאטש צוויי ערליכע רבנים. כמוהם ירבו בישראל.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:52 am

נאך די ווערטער פון קארל און שרגא קען איך בלויז צולייגן אז האפנטליך ווען דער בריוו זיין דער אנפאנג פון דער ענדע פון דעם ביטערן גלות פון וועלכן מיר ליידן ליידער דורך אונזערע עקסטרעמיסטישע ברידער.

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:מענין לענין, איך מיין אז די סיבה וואס האט געפירט דערצו אז משונהדיגע מענטשן און צעדרייטע עקסטרעמיסטן האבן זיך געקענט צושטעלן צום רודער איז ווייל קיינער שטייט נישט דארט. די רבנים/חותמים/אוסרים זיצן זיך פארלוירן אין זייער באקוועמע פאטעלן און טוען זילטש. נישטא כמעט קיין פירערס -- איך רעד נישט פון ערליכע, נארמאלע פירערס, נאר פירערס בכלל; עמיצער וואס זאל עפעס טאן זאכליך פארן כלל. נישטא. אז דער קאנטראל צימער איז ליידיג, האבן זיך דארט אריינגעזעצט פראים, בעלי מידות מגונות, און סתם אומסטאבילע באשעפענישן.

זיי קענען שרייען עד אפס כוח. עס וועט דויערן אביסל און די אידן מיט לויזע חתימות וועלן זיך ארומזען שרייען צום קול פון זייער אייגענעם עכא. דעמאלט וועט זיין אביסל צו שפעט.

א גוטע אבזערוואציע. איך מיין אבער אז אין א געוויסן זין שרייען זיי שוין צו זייער אייגענער עכא. און יא, ס'איז שוין צו שפעט. די לצים-עסקנים האבן אריינגעכאפט די תמימות'דיגע רבנים אין זעקל שוין עטליכע יאר, און עס זענען שוין אונטערגעוואקסן טויזנטער בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען נישט בלינד און זעען דעם משוגענעם מצב, און זיי ווילן מער נישט הערן וואס די רבנים האבן צו פארקויפן.
א שיין דור אויפגעשטעלט, שלשה רועי בקר!
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3782 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:10 am

זיכער א מוראדיגע זאך אז די שטערן האט דאס באוויזן אזא הערליכע בריוו, איך האף נאר אז ס'וועט נישט צוריק בעקפייערן, אז די טערעריסטן סיקריקים וועלן מאכן אזא טעראר אז ס'וועט זיין נאך ערגער.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך מוראדיג » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:13 am

ראשעקאל האט געשריבן:זיכער א מוראדיגע זאך אז די שטערן האט דאס באוויזן אזא הערליכע בריוו, איך האף נאר אז ס'וועט נישט צוריק בעקפייערן, אז די טערעריסטן סיקריקים וועלן מאכן אזא טעראר אז ס'וועט זיין נאך ערגער.


זיי האבן שוין געמאכט לכ' זייער גרעסטע מאוו, "אן איסור"... וואס קען קומען נעקסט, שומרים ביי יעדן געשעפט?...
מוראדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 7:23 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מערץ 16, 2012 1:18 am

מוראדיג האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:זיכער א מוראדיגע זאך אז די שטערן האט דאס באוויזן אזא הערליכע בריוו, איך האף נאר אז ס'וועט נישט צוריק בעקפייערן, אז די טערעריסטן סיקריקים וועלן מאכן אזא טעראר אז ס'וועט זיין נאך ערגער.


זיי האבן שוין געמאכט לכ' זייער גרעסטע מאוו, "אן איסור"... וואס קען קומען נעקסט, שומרים ביי יעדן געשעפט?...

נע, שומרים? זיי זענען באמעס!! מ'וועט לייגען עהרליכע יראת שמיםדיגע יונגערלייט וואס וועלן מעורר זיין בדרכי נועם נישט חס ושלום צו קויפען די טרייפענע שטערן......
דזשאוקינג אסייד, האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פון די טאקטיק וואס די איידעלע תורהדיגע יונגערלייט האבען? איך וויל עס נישט אויסשמועסן, ווייל אויב איינער ווייסט נישט דערפון וויל איך דאס נישט אויסלערנען, אבער ס'האט צוטוהן עפעס מיט פענצטער'ס און שטיינער. אסאך ענדליכע טריק'ס זענען שוין געניצט געווארן דורך די הייליגע אידן וואס מיינען כבוד שמים. יעצט קענען זיי עס ניצן פאר הרב זיידא'ס טובה אים צו העלפן באזיגן זיין יצר הרע און ער זאל תשובה טון.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

Re: אפיציעלער היתר אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ידען » פרייטאג מערץ 16, 2012 11:49 am

דעינעש האט געשריבן:אפיציעלער היתר אויף שטערן/שפאקטיוו

אמע"כ העורכי קאווע שטיבל הלז הע"י,

מקען שוין פארריכטן ס'קעפל האשכול,


יישר כח,
הק' דעינעש

אפיציעלע היתר איז שוין דא עטליכע יאר.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך דעינעש » פרייטאג מערץ 16, 2012 3:53 pm

אמת געזאגט

כאטשיג יעצט איז די היתר געווארן סאך שטערקער, און די אוסרים זענען געווארן מער אפגעריסן ווי קיינמאל בעפאר
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג מערץ 16, 2012 5:32 pm

אלעס סאונד זייער גוט. אבער פאקט איז אז אינעם "איד" איז נישט דא קיין גוישע ארטיקלען אדער לשון הרע. עכ"פ נישט די לעצטע שיינע פאר יאר. די 'שטערן' נעמט א גוי און באשרייבט זיין הלוך ילך, וויאזוי ער איז רייך געווארן אלעס שיינט און בליטשקעט און ס'זעצט זיך שטארק אריין אינעם יונגען מוח.

איך לייען דעים איד יעדן וואך און איך זעה נישט קיין שום גוישע ארטיקל, אדרבה לייג ארויף א גוישען ארטיקל פון איד אפשר האב איך עס פארזעהן. -- דער איד האט למשל אן אלטן פאליסי נישט ארייצולייגן פיקטשערס פון גוים ממש ביז מס"נ ווי למשל ביי די בין לאדין פרשה האבן זיי (און נאר זיי) נישט אריינגלייגט די פעימעס אבאמא/ווייט האוז פיקטשער. דער איד איז מלא מיט השקפה ארטיקלען און סתם זאכליכע אינפארמאטיווע ארטיקלען.

איך זאג נישט אז מ'דארף "אסר'ן" דעם שטערן, אבער וואס זיי טוען זיך צו פארענטפערן מיט'ן ווארפן זייער שמוץ אויף יענעם איז סתם נאריש און אינסאלטינג.

און אויב פאלט יא אמאל אריין אן ארטיקל וואס אויב לייענט מען עס גוט (וואס א יונג בחור כאפט נישט געווענליך) שמעקט עס אביסל פון פאליטיק, איז עס נאך אלץ נישט קיין פארגלייך! איך למשל ליין שוין די איד 20 יאר אנגעהויבן פון די 10 יאר, יעדע וואך האב איך עס געהאט און דורך געבלעטערט, ווען איך האב יארן שפעטער געהערט אז אינעם איד פלעגט מען באשמוצן רבנים ווי למשל קאשויע רב אדער סיי ווער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן יענע צייטן האב איך מיר געואונדערט פארוואס איך געדענק גארנישט אזאלעכע באשרייבונגען!?!?... וואסי פשט ?? דער תירוץ איז ווייל קינדער/אינגע בחורים כאפן נישט אויף פאליטיקס וואס זענען מער פאר עלטערע מענטשן, ס'אינטערעסירט זיי נישט!

פוינט איז אז צו זאגן אז די פארטייאישע צייטונגען זענען ערגער איז סתם נישט גערעדט צום זאך, די מערכה דא איז צו העלפען קינדער און בחורים! דער "איד" איז נישט וואס נעמט אוועק זייער קאפ פון לערנען!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך ידען » פרייטאג מערץ 16, 2012 6:58 pm

דער נאריש בארימטער איסור וואס איז די זשאוק פון שטאט, ווערט ווייטער אריינגעלייגט אינעם דבר יום ביומו.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו

הודעהדורך אברעמעל » מוצ"ש מערץ 17, 2012 10:44 pm

זר זהב האסט א פוינט.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron