נייעס טיטביצ'לעך איבער ראדיא

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

נייעס טיטביצ'לעך איבער ראדיא

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

היינט איז געקומען די נייעס וואס איז קיין נייעס פאר מיר. אסאך מאל פארשטייט א פשוט'ער סטריט מבין עפעס וואס גרויסע מעגע ראדיא קארפארעט מיט נעקטייס פארשטייען נישט. צוויי יאר צוריק האט Cumulus media פון די גרעסטע ראדיא קא. אין USA פראקלאמירט מיט פרייד זייער נייע שטערן מייק האקעבי! האקעבי איז א עווענגאליסט און געלאפן לעצטענס פאר פרעזידענט. ער האט געהאט א שבת טי ווי שוי אויף פאקס.

Cumulus האט אין זייער סטעיטמענט געזאגט אז זיי גייען דיסטריביוטן האקעבי'ס 3 שעה'דיגע שוי וואס גייט זיין אן ענטפער צו לימבא'ס שוי. (לימבא איז די אייגענטים פון קלער טשענעל, קאנקורענט פון Cumulus) לימבא איז זייער פאלערייזינג, האקעבי גייט זיין דער "איידעלער קאנסערוואטיוו" אויף די ראדיא.

ראדיא איז נישט א זאך וואס יעדער קען טון. ס'איז זייער א שווערע פראפעשען. די גרויסע נעקטיי חברה מיינען אבער אז אויב דו ביזט פאפולער און נאך דערצו אמאל געלאפן פאר פרעזידענט קומט זיך דיר א מייק און רעד אריין.

נאך צוויי יאר האט היינט Cumulus מיט האקעבי ביידע אגריד צו ענדיגן די שוי. האקעבי טוט זיך אבער אויף אין די סטעיטמענט אז ער איז אזוי העפי אז אין בלויז צוויי יאר האט ער געהאט זיין שוי אויף גאנצע 200 סטאנציעס.

מורא'דיג! און וויפיל ליסענערס האט יעדע סטאציע געהאט?!... זייער זייער ווייניג. ממש גארנישט. און דערפאר איז זיין שוי היסטאריע. אגב זיין שוי איז א שטיק צייט געלאפן דא אויף WOR אין די נאכמיטאג שעות.

כ'וועל דא באריכט אלע סארט ראדיא נייעס'ן וואס קען זיין אינטערעסאנט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר