די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:46 pm

אין דער ווירטואלער חרדישער וועלט זענען פאראן צוויי הויפט וועבסייטס פאר נייעס, "וואס איז נייעס" און "ישיבה ווארלד ניוס". בעת ווא"נ איז גענויגט מער לינקס זיך פרובירנדיג צו האלטן אויפריכטיג און צו דעקן אויך נעגאטיווע נייעס קעגן חרדישע אידן, איז אבער יוו"נ גענויגט רעכטס, און האלט זיך מיט די פאליסיס פון דער חרדישער פרעסע צו איגנארירן נעגאטיווע געשעענישן ביי חרדישע אידן. 

אין יוו"נ'ס ערך אויף וויקיפעדיע שטייט איבער זייער חרדישער צענזור:
 
There has been some controversy regarding the fact that YWN will not post any stories which portray Orthodox Judaism in a bad light. For example, they omitted most reports on the child abuse scandals in Orthodox Yeshivos, as well as the scandal with Leib Tropper and EJF in 2009. ...

Additionally, the Coffee Room moderators have been criticized for biased moderation. They will allow posts which support their point of view, and will allow attacks on other views. For example, attacks on Modern Orthodox Judaism are regularly published, but nothing is allowed through which speaks badly of Ultra Orthodox Judaism.


יוו"נ האט אבער איין אויסנאם: סאטמאר. דער וועבסייט פארפעלט נישט קיין געלעגנהייט צו באשמוצן און באשולדיגן סאטמאר אויף וואס זיי זענען יא און נישט שולדיג. ווען @יידל האט דא אין קאווע שטיבל אנטדעקט וויאזוי א בריוו פון הג"ר חיים קאניעווסקי איז געפעלשט געווארן, האט יוו"נ תיכף באשולדיגט סאטמאר אין דער פעלשעריי - כאטש עס איז ביז היינט נישט באקאנט ווער די פעלשער זענען געווען און זייערע מאטיוון. יוו"נ האט דאן געשריבן אז זיי פארמאגן אינפארמאציע איבער די סאטמארער פעלשער, און וועלן עס בקרוב פארעפנטליכן. פאלגנד איז דער קאמענטאר פון דעם מאדעראטאר, נאכדעם וואס א קאמענטירער האט באשולדיגט יוו"נ אין פאלש באשולדיגן סאטמאר:
Moderators Note: Oh, we’re just about ready to prove you wrong, and expose the names of the people behind this.
דאס האט קיינמאל נישט פאסירט. 

ווען עס קומט צו חרדישע "גדולים" וועט יוו"נ אייביג שרייבן מיט דעם מערסטן כבוד וואס שייך, און וועט איגנארירן סיי וועלכע נעגאטיווע אינפארמאציע. ווען עס קומט צו סאטמאר נוצט די וועבסייט אפיציעל די טיטלען "אהרוני" און "זאלי", מיט א זשורנאליסטישן בלעכענעם פנים. 

ווען א וועבסייט וואס צילט קעגן איין ספעציפישער גרופע באריכטעט אז די פאליציי איז "אויפגעברויזט" קעגן דער גרופע, פארוואס זאל עס אן אנשטענדיגער און אויפריכטיגער מענטש גלייבן? עס קען אוודאי זיין אמת, אבער עס איז לעכערליך דאס מקבל צו זיין פון אזא וועבסייט. 

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט זשורנאליסטישער אויפריכטיגקייט און מיט'ן שרייבן נעגאטיווע אינפארמאציע. עס איז אבער יא א פראבלעם ווען מ'שטעלט זיך פאר ווי חרדישע אידעאלאגן וועלכע וועלן נישט דעקן קיין שמוץ, אבער פארגעסן פון דעם כלל נאר אין דעם פאל פון א ספעציפישער חרדישער קהילה קעגן וועמען מען האט מחליט געווען צו פירן א קאמף. דאס איז שנאה און דיסקרימינאציע, און דארף פארדאמט ווערן. 

נאך לעצטיגע נעגאטיווע באריכטן קעגן סאטמאר:
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... hting.html

http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... atmar.html

http://www.theyeshivaworld.com/news/edi ... ounty.html
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3657 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:00 pm

ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3597 מאל

הודעהדורך סלינקי » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:03 pm

באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:07 pm

סלינקי האט געשריבן:נאך פון היינט

ב.ד.וו. זייער צום פוינט.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1168 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:45 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! :roll: :?: :!:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10130
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6355 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:39 pm

ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אבער פאר אפאר דאלער שרייבט ער נאר גוטס אויף סאקמער. וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7275 מאל

הודעהדורך outspoken » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:58 pm

איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:05 pm

YWN איז במחילת כבודם א דריטע קלאס זשורנאליסטישע ווערק. פיל מיט נגיעות מיט אינירליכע פאליטיק. די שרייבער רעפרוזענטען א געוויסע טיעם אויפן חסידישן, אידישען, אדער פאליטישע זייטן. ס'איז א געמיש פון נייעס, בלאג, לשון הרע און ספעלינג טעותים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4746
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9098 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:38 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג. יוו"נ איז אפיציעל פאר יעדן אייניג מילא איז דיין צוזאמשטעל נישט אין פלאץ.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:47 pm

outspoken האט געשריבן:איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2053
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1685 מאל

הודעהדורך outspoken » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 6:28 pm

גאלד האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:איך כ'האב הנאה פון זיין ארטיקל, ער ברענגט ארויס די שטארקע דיפערענס ציווישען די סאטמארע שיטה אז די ציונות איז חזיר טריפה און אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה שלא עפ''י תורה.


איך כאפ נישט וואס איז די חילוק? איז נישט א זאך חזיר טרייף נאר ווייל עס איז שלא ע"פ תורה?



אנטשולדיגט פארן נישט גוט ארויסברענגען, סאטמארע שיטה אז די ציונות בעצם איז חזיר טריפה, אגודה שיטה אז ס'איז א מדינה וואס פירט זיך שלא עפ''י תורה.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:49 pm

שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול דערוועגן, גראדע נישט דער פוינט האט מיר געבאדערט דוקא, נאר בכלל דאס ער איז מלא נגיעות און לויט דעם שרייבט ער כלומר'שטע אביעקטיווע נייעסן און אנאליזן. דאס האט גארנישט מיט סאטמאר דוקא, ער טוט אזוי מיט יעדן דבר שבקדושה. עס קען צומאל אויפרעגן א רעכט דענקענדן מענטש.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:23 pm

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דע איד איז אפיציעל א סאטמארער צייטונג

Not True
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:21 pm

יוו"נ רעגט מיך נאך אלץ סאך ווייניגער אויף ווי ווין ניוס. ווי"ן איז דאך משלנו א סאטמארער חסיד און שטעלט זיך אבער אהער ווי א פארביסענער מאדערענער. מיך באדערט בכלל נישט אז אז יוו"נ האקט אויף סאטמאר. כמיין סאטמאר איז אזוי גרויס קע"ה סאיז בערך ווי די האקסט אויף די גאווערמענט. אבער ווען ווי"ן נעמט זיך פארשמירן זייער בלעטער מיט בלוט פון היימישע יודן. פרטיותדיגע מעשיות און טרינקט דאס בלוט מיט אזא שמחהיעדעס מאל ווען סאיז דא עפעס אקיוזעישאנס. נעם למשל לעצטענס די מעשה פון י. מ. ער האט אים באשמוצט צוזאמען מיט די גאנצע גוישע מידיע אבער ווען די קאורט האט עס ארויסגעשליידערט האט ער פארשטייט זיך עס בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג צו באריכטן. דאס איז אן עבירה שאין דוגמתה איך האב מיך שוין טאקע היבש אפגעוואוינט צו ליינען זייערער קאפי פעסט ניייעס
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:44 am

ווער איז י.מ.? איך כאפ נישט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 8:38 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'ווענד זיך ווי אמאל. אסאך מאל פראבירן זיי אראפרייסן סאטמאר, אבער אמאל שרייבן זיי גאנץ שיין און בכבוד'יג, מיט פיל מער עהרע און ריספעקט ווי די סאטמאר'ע צייטונגען רעדן וועגן די אגודה.

אויף דיין ערשטן פוינט ביזסטו 100% גערעכט. דער "דער איד" תחת פיקוחו של ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שנאת ישראל און מאכן חוזק פון אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. אבער דיין צווייטער פוינט איז שווער צו פארשטיין. ווי אזוי קענמען שרייבן איבער די אגודה און מיינען סאטמאר?! :roll: :?: :!:

ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:50 am

ברוך שאמר האט געשריבן:ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?
שצם_חנכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 04, 2016 7:02 pm

דאס נידריגקייט פון "ישיבה ווארלד ניוס" האט זיך היינט ווידעראמאל ארויסגעוויזן, ווען איינער האט קאמענטירט מיט א פארדאמונג קעגן די אנאנימע אטאקעס אויף הרב יוסף מזרחי, וועמען יענער פאררעכנט ווי אן אדם גדול. דער מאדערעיטאר האט דאס נישט געגליכן, און האט מפרסם געווען דעם קאמענטירער'ס אימעיל אדרעס!
בייגעלייגטע פיילס
sf.jpg
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7666 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:31 pm

שצם_חנכל האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:ווער עס ווייסט אין ווער עס געדעינקט האבן זיי געשריבן אויף די מויעצת גדולה התורה וואך נאך וואך "ימח שמם וזכרם !

דאס צו גלייבן דארף איך אליין זעהן!
דרייט זיך דא איינער וואס געדענקט דאס?


שקר וכזב, קיינמאל נישט געשריבן, אפילו פערזענליך האבן זיי קוים געשריבן
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 927
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 411 מאל

שוין נישט נאר קעגן סאטמאר

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:07 am

ישיבה ווארלד ניוז איז ברייט באקאנט אלץ די אפיציעלע אידישע ניוז סטעישן אבער לעצטענס קומען זיי גאר אונז באשמוצן.

אפאר טעג צוריק איז א קינד שיעור נישט אראפגעקלאפט געווארן אין מאנטיסעלא און די אינגערמאן האט ארויסגעלייגט זיין דעשש קעם אז מ'זאל זעהן זעהן און באקומען אווערניס, איז געקומען YWN און געמאכט ברעיקינג ניוז און געוויזן פאר די וועלט ווי כלומרשט מיר קערן נישט אויף אונזער קינדער.

די זעלבע זאך נעכטן ווי א פייער טראק איז געפארן ראנג וועי און זיי מאכן ווייטער א שטינק כאילו אונז רעספעקטירן נישט אונזער וואלאנטירן.

איז דאס אונזער ניוז סטעישן וואס פארטרעט כלל ישראל, אונז האבן נישט גענוג גויש'ע מידיע וואס זוכן אונז צו באשמיצן אז אונז דארפן צוקומען צו אונזער אייגענע ניוז ריפארטער'ס.

און ווער שטיצט זיי אונז אידישע ביזנעסער וואס אדווערטייזן דארט.

פארוואס, פארוואס, פארוואס.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:58 am

ס בעיקר חסידים וואס פאלגען נישט געזצען. אלס שומר חסידים ד'
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט