בלאט 1 פון 1

די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:46 pm
דורך יאנקל
אין דער ווירטואלער חרדישער וועלט זענען פאראן צוויי הויפט וועבסייטס פאר נייעס, "וואס איז נייעס" און "ישיבה ווארלד ניוס". בעת ווא"נ איז גענויגט מער לינקס זיך פרובירנדיג צו האלטן אויפריכטיג און צו דעקן אויך נעגאטיווע נייעס קעגן חרדישע אידן, איז אבער יוו"נ גענויגט רעכטס, און האלט זיך מיט די פאליסיס פון דער חרדישער פרעסע צו איגנארירן נעגאטיווע געשעענישן ביי חרדישע אידן. 

אין יוו"נ'ס ערך אויף וויקיפעדיע שטייט איבער זייער חרדישער צענזור:
 
There has been some controversy regarding the fact that YWN will not post any stories which portray Orthodox Judaism in a bad light. For example, they omitted most reports on the child abuse scandals in Orthodox Yeshivos, as well as the scandal with Leib Tropper and EJF in 2009. ...

Additionally, the Coffee Room moderators have been criticized for biased moderation. They will allow posts which support their point of view, and will allow attacks on other views. For example, attacks on Modern Orthodox Judaism are regularly published, but nothing is allowed through which speaks badly of Ultra Orthodox Judaism.


יוו"נ האט אבער איין אויסנאם: סאטמאר. דער וועבסייט פארפעלט נישט קיין געלעגנהייט צו באשמוצן און באשולדיגן סאטמאר אויף וואס זיי זענען יא און נישט שולדיג. ווען [tag]יידל[/tag] האט דא אין קאווע שטיבל אנטדעקט וויאזוי א בריוו פון הג"ר חיים קאניעווסקי איז געפעלשט געווארן, האט יוו"נ תיכף באשולדיגט סאטמאר אין דער פעלשעריי - כאטש עס איז ביז היינט נישט באקאנט ווער די פעלשער זענען געווען און זייערע מאטיוון. יוו"נ האט דאן געשריבן אז זיי פארמאגן אינפארמאציע איבער די סאטמארער פעלשער, און וועלן עס בקרוב פארעפנטליכן. פאלגנד איז דער קאמענטאר פון דעם מאדעראטאר, נאכדעם וואס א קאמענטירער האט באשולדיגט יוו"נ אין פאלש באשולדיגן סאטמאר:
Moderators Note: Oh, we’re just about ready to prove you wrong, and expose the names of the people behind this.
דאס האט קיינמאל נישט פאסירט. 

ווען עס קומט צו חרדישע "גדולים" וועט יוו"נ אייביג שרייבן מיט דעם מערסטן כבוד וואס שייך, און וועט איגנארירן סיי וועלכע נעגאטיווע אינפארמאציע. ווען עס קומט צו סאטמאר נוצט די וועבסייט אפיציעל די טיטלען "אהרוני" און "זאלי", מיט א זשורנאליסטישן בלעכענעם פנים. 

ווען א וועבסייט וואס צילט קעגן איין ספעציפישער גרופע באריכטעט אז די פאליציי איז "אויפגעברויזט" קעגן דער גרופע, פארוואס זאל עס אן אנשטענדיגער און אויפריכטיגער מענטש גלייבן? עס קען אוודאי זיין אמת, אבער עס איז לעכערליך דאס מקבל צו זיין פון אזא וועבסייט. 

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט זשורנאליסטישער אויפריכטיגקייט און מיט'ן שרייבן נעגאטיווע אינפארמאציע. עס איז אבער יא א פראבלעם ווען מ'שטעלט זיך פאר ווי חרדישע אידעאלאגן וועלכע וועלן נישט דעקן קיין שמוץ, אבער פארגעסן פון דעם כלל נאר אין דעם פאל פון א ספעציפישער חרדישער קהילה קעגן וועמען מען האט מחליט געווען צו פירן א קאמף. דאס איז שנאה און דיסקרימינאציע, און דארף פארדאמט ווערן. 

נאך לעצטיגע נעגאטיווע באריכטן קעגן סאטמאר:
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... hting.html

http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... atmar.html

http://www.theyeshivaworld.com/news/edi ... ounty.html