"ניו יארק טיימס" דארף א בעסערער איבערזעצער...

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

"ניו יארק טיימס" דארף א בעסערער איבערזעצער...

שליחה דורך יאנקל »

דער ארטיקל וואס איז ערשינען נעכטן אין "ניו יארק טיימס" איבער מאלעסטעישאן און חרדים פארמאגט א צוגאבע פון דאקומענטן בנוגע דער פרשה. איבערקוקנדיג די דאקומענטן האט זיך א ברייטער שמייכל באוויזן אויף מיין געזיכט זעענדיג וואספארא אמעראצעס דער הייליגער "טיימס" האט געפראוועט ביים איבערזעצן.
פאלגנד איז דער אויבערשטער חלק פון דעם קול-קורא קעגן נחום ראזנבערג:
בילד
לאמיר לייענען צוזאמען די ערשטע שורה אין אידיש איידער מיר גייען ווייטער: "א קול-קורא פון די גרויסע רבנים און דיינים פון דער שטאט ניו יארק יע"א".
פאלגנד איז דער "טיימס" איבערזעצונג:
Hundreds of rabbis and religious judges of New York

Hundreds? הונדערטער? אה, "מאת" איז דאך טייטש הונדערט...

*

דער "טיימס" ברענגט א קאפיע פון א בריוו וואס "קהל יטב לב" האט געשיקט פאר זייער'ס א ביהמ"ד אז מ'זאל נישט אריינלאזן ראזנבערג.
פאלגנד איז דער בריוו (פארגעסט מאמענטאל פון דעם אמעראצישן לשה"ק פון קיט"ל):
בילד
קוקט אויף די אונטערגעשטראכענע ווערטער, און לייענט די איבערזעצונג פון דעם "טיימס":
The above-mentioned is infamous for creating his hot line, which publicizes adulterous and vulgar material, shaming adults and scholars

adults? אה, "גדולים"...

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר