אמאל געהערט עפעס א סיפור אז איינער פון די בריסקע רב'ס קינדער איז געפארן אין קאר האט מען גערעדט פון ר' אהרן קוטלער ז"ל האט זיך איינער אנגערופן, ר' אהרן איז די רע"א שבדורנו, האט זיך דער בריסקער רב'ס קינד זיך אנגערופן, איך בין די רע"א אינעם קאר דא.
קל וחומר האט געשריבן:אמאל געהערט עפעס א סיפור אז איינער פון די בריסקע רב'ס קינדער איז געפארן אין קאר האט מען גערעדט פון ר' אהרן קוטלער ז"ל האט זיך איינער אנגערופן, ר' אהרן איז די רע"א שבדורנו, האט זיך דער בריסקער רב'ס קינד זיך אנגערופן, איך בין די רע"א אינעם קאר דא.
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט געטראפן קיין בעסערע בילד צו לייגן נאר אזאנס וואס מען זעט די איינציגסטע ליידיגע גאלאריע פון העכערן אויבן-אן?
דער איד האט גענוצט דעם זעלבן בילד אויפ'ן קאווער אזוי אויך דיין וואך, איסרל, כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן, לאז דיין חכמה פון אפירקראצן די באנעבעכטע קאמענטארן פון קריכן אויף די גראדע ווענט אבי טרעפן אראפצורייסן (געווענליך בלויז אויפ'ן קאווער, אן נעמען די מי א בליק צו טון וואס טוט זיך אינערהאלב) אויף דער מאמענט פאר דיין אייוועלט ניק, דארט ווערט עס שטארק אפרישיעיטעד, ווידעראום קיינער דא איז נישט נייגעריג דערין.
איינער דארף זיין נייגעריג? איך רעד פון ווייטאג. איך בין שוין גענוג מאל געפאלן פאר זייערע אויפרייסענדע דעקלעך און געקויפט דעם מאמענט און דערנאך געווארן מיאוס אויסגעשפילט זעענדיג אז קיין שום אינפארמאציע אדער תוכן איז צוגעקומען צום נושא דורכדעם וואס זיי האבן צונומען עפעס א נושא וואס איז געלעגן אויפן סדר היום. טרוקענע פאקטן פונעם כינוס זע איך אין דער איד, סודות פון הונטער די קוליסן קען איך ליינען אין בלאט, דער סך הכל וועל איך מאכן ביי מיר אין קאפ פון ביידע צוזאמען, אויף דעם דארף איך נישט קיין מאמענט. במחילת כבודך. ישר כח פארן אויפמערזאם מאכן אז קיינער איז נישט ניייגעריג, איך גיי מיך איבערטראכטן קומענדיגע מאל איידער איך זאג א ווארט קעגן דיין מאמענט.

ער זאגט דיר אז די אנדערע צייטונגען האבן געלייגט דעם זעלבן בילד ממילא דיין אטאקירן כאילו זיי האבן עפעס געמיינט דערמיט איז ראנג, בכלל שטעל איך זיך פאר אז מ'זיכט נישט חוזק צו מאכן פון א זאך וואס מ'באשרייבט ווי געלונגען ס'איז געווען ממילא האבן זיי זיכער גארנישט געמיינט.
יואל העלבראנץ זאגט אין די מאמענט אז ער האלט עס איז זייער מעגליך אז די ציונים שטייען אינטער די טויט פון זיין טאטן... ווי אויך איז דא אינטערסאנטע בילדער ווי נעבעכדיג זיי וואינען דארטן היינט.
מיר ווינדערט פארוואס די מאמענט האלט נישט קיין אינטערוויו מיט די מענטשן פון דער אנדערע זייט וואנט וואס זענען שוין אנטלאפן פון דארט הערן פון זייער זייט די געשיכטע פון לב טהור אפילו די אייוועלטיסטען וועט עס נישט באדערן. פארוואס איז מאמענט אזוי גענייגט צום גיטן פאר זיי ?
איש את רעהו: איך וואלט געזאגט אז דו האסט מורא פון די אנטי ציונים פונקט ווי לב טהור האבן מורא פון די ציונים. נאר דער אמת איז דאך אז דיין יעצטיגע תגובה איז איין שטיק ליצנות...! אבער זיי מיינען עס נעבעך ערנסט. אז די ציונים האבן געהרג'עט הרב שלמה העלבראנץ. תמ"ל זי"ע ועכי"א זצוק לאל האהא...! כאילו ס'איז נאך היינט דא ציונים. און אז זיי האבן נישט קיין אנדערע דאגות נאר הרב העלבראנץ און זיין באנדע משוגעים...!