דורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 9:13 pm
רבותיי: איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען דעם מאמענט פון די וואך. איך האב מיך ערשט דערשלאגן צו ליינען דעם מאמענטי פון די פארגאנגענע וואך מיט א פארשפעטיגונג, מפני מעשה שהיה. (עטץ ווילטץ נישט וויסן די מעשה.)
ליינענדיג די פרשת איוב פון די נעבעכ'דיגע גראסערי לייט האט מיך אנגעכאפט א שטארק רחמנות אז אין די היינטיגע אמעריקע אין יארע 2018 זענען פארהאן מענטשן וועלכע ארבעטן 70 אדער 80 שעות א וואך און פארדינען נישט קיין איין פעני. און זיי קענען אויפווייזן אש שחורה על גבי אש לבנה פארוואס זיי טשארדזשן פאר א יעדע זאך עקסטער. אויסער פאר די לופט וואס מ'אטעמט אין זייער גראסערי. (ווארטס נאר. ס'קומט אי"ה א הייסער זומער. און די אומשולדיגע גראסערי אייגנטומערס , אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן, וועללן צולייגן צו א יעדן ארדער א טשארדזש פאר עיקאנדישאנינג און רעפרידזשערעישן, וואס ס'קאסט זיי נעבעך צו האלטן די פראדוקטן און די מענטשן פריש און געזונט.). איך פלאן ערנסט אנצוהייבן אן אפיעל אין בתי מדרשים (וואו דען, אין גראסעריס...?!) צוזאמצושטעללן פעקלעך אויף שבת קודש ויו"ט פאר די שטארק אונטערדריקטע בעלי חסד וואס האלטן אפן זייערע סטארס נאר כדי אידישע קינדער זאללן קענען האבן 7 ערליי סיריעלס און 4 ערליי יאגורט פאר די טייערע קינדערלעך. די צאן קדשים. די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא. אויך, אז די עלטערן זאללן זיין געזונט זאללן האבן סעלצער צו טרינקען פאר זייער געזונט. ווייל אויף א יעדן קעיס סעלצער וואס זיי ..."פארקויפן"...דערלייגן זיי נעבעך געלט.
יעצט לאמיר זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע. ס'זענען דא גראסעריס אין וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלכע טוען כל טצדקי צו פארפיהרן דעם קאסטומער . און טוען מיט איהם/איהר ככל העולה על רוחם.
ערשטנס. לייגן זיי נישט קיין פרייז טעגס אויף די פראדוקטן (וואס איז אויך אקעיגן די נ.י סיטי קאנסומער אפפעירס רעגולאציעס.)
זיי טשארדזשן מלכתחילה העכערע פרייזן ווי געוויינליך, וויל די קליענטעל זענען רובא דרובא פוד סטעמפ באנוצערס. און זייער פשט'ל איז. ס'קאסט דאך איהם נישט קיין געלט, ממילא מעג איך אויך עפעס פארדינען דערביי.
אויב מ'נעמט אויף בארג, וואקסט אייביג צו א געזונטע פאר דאללער צום בילל
פארגעסן צו זאגן: ס'דא גראסעריס וואס געבן געוויינליך נישט קיין רעדזשיסטער רעסיעטס. יעצט אז ס'קומען אויף אזעלכע סטארס ווי כולל גראסערי אדער בינגא און זיי פארקויפן זאכן פאר א ביליגערן פרייז און די מענטשן לויפן צו זיי, הייבן אן די גראסערי אייגנטומערס צו וויינען ווי ביבערס.
איך וואוין בשכינות פון בינגא. און איך זעה וויפיהל היימישע משפחות קומען צו זיי. פון בארא פארק. און ספעציעל פון וויליאמסבורג. אט דאס איז א שטיקל ישועה פאר די געפלאגטע, קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע דארפן נישט אוועקגעבן זייער לעצטן דאללער פאר דעם גראסערי-מאן. סאו זאללן די גראסערי אייגנטומערס אויפהערן צו וויינען און באקלאגן זייער מצב.ווייל אין די גוטע יארן האבן זיי געטון מיט'ן קאסטומער וואס נאר זיי האבן געוואלט. אריינגערעכנט. יא. באגנבנ'ען זיי. אויב א גראסערי אייגנטומער האלט אז ער קען נישט מאכן קיין געלט, האט ער א ברירה צו פארקויפן דעם סטאר (נאר איינער דארף צו זיין חסר דיעה עס אפצוקויפן) אדער אינגאנצן פארמאכן. העכסטנס. וועט א משפחה איינקויפן מער זאכן אויפאמאל. און אוועקלייגן. אזוי ווי מ'טוט אין מאנסי. און אנדערע געגנטן...ושלום על ישראל...!