בלאט 38 פון 42

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 11:50 pm
דורך חקרן
אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:22 pm
דורך א שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:
מוזיק עקספערט האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:א גוטע אויסוואל מיט ר' שמואל ניימאן, איך האף נאר זיי באשרייבן עם גוט.

מי זה?


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1527919
איינער האט ר' שמואל ניימאנ'ס נומבער? איך זוך עס מיט לעכט!!

Sent from my SM-G925V using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:27 pm
דורך ברוך שפינוזה
מיט לעכט איז דא שוואכע שאנסן אז דו וועסט עס טרעפן, זוך עס מיט א שטארקע פלעשלייט, אבער א שטארקע.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:03 am
דורך שמעקעדיג
קוק אין אישי

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:15 am
דורך berlbalaguleh
חקרן האט געשריבן:אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.

חקרן: זיכער. און זיין זון וועלכער האט שוין העברעאיזירט זיין נאמען און געהייסן יגאל ידין איז געגאנגען אין זיין טאטנ'ס דרכים. און איז אויך געווען א היסטארישער חוקר אויף די געשעענישן אין ארץ ישראל. און ער האט געגראבן אויף אלע היסטארישע פלעצער. ספעציעל ביי די פעסטונג פון מצדה וואו די אידשע סאלדאטן האבן געקעמפט אין די צייטן פון בר כוכבא. ער האט דארט געטראפן, צווישן אנדערע היסטארישע ווערטפולע זאכן אויך 2 מקוואות. (פארשטייצעך באגראבן אונטער א פאר פיס פון ערד) ביי ביידע עקן פון די מויער. די דרום זייט און די צפון זייט. ער איז אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם. אז ער האט אריינגערופן 2 רבנים אז זיי זאללן פעסטשעללן אויב דאס איז כשר'ע מקוואות פון מי גשמים. און זיי האבן באשטעטיגט . נאכ'ן מעסטן און באקוקן אנדערע זאכן וואס געהערט צו הכשר מקוה אז דאס זענע כשר'ע מקוואות...!

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:38 am
דורך ריכטיג
שמעקעדיג האט געשריבן:קוק אין אישי

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

הודעהפורסם: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 9:40 pm
דורך א שרייבער
א דאנק פאר @ריכטיג און @שמעקעדיג

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:07 pm
דורך מר. קלונימוס
IMG-20180214-WA0033.jpg

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.

די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:43 pm
דורך קאוריג
berlbalaguleh האט געשריבן:א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.

די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!


איך קען נישט ממש זאגן אז יעדע וואך איז עס גוט, אבער אסאך מאל איז איז פיינע נייעס

אז דו רעדסט שוין פון וואזנער

זיי ארטיקל פאריגע וואך איבער די סענדוויטש קינד האב איך מוראדיג הנאה געהאט, ער האט ממש צוגעטראפן צו מיין צווייטע טאכטער, איך האלט אז זי פיהלט זיך ווי א סענדוויטש און דאס איז די סיבה פארוואס זי קריגט זיך אזויפיל מיט די אנדערע קינדער

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
קאוריג: און די אנדערע ארטיקלען פון די שמועסן פון הרב זילבערמאן, ע"ה. און להבחל"ח הרב יואל אשר לאבין'ס מאמרים זענען דאך מתוק מדבש. זיי האבן געהאט אן איינציגן פאררוקטע בריאה און קרומער פארשוין. וועלכער האט מיר א יעדע וואך ארויפגערוקט די בלוט פרעשור, מיט זיינע וואנזיניגע ארטיקלען און היפאקריטישקייט. אבער מ'איז שוין ב"ה פטור געווארן פון איהם. כאילו דער בהמה האט געמיינט אז עמיצער איז אינטרעסירט אין זיינע בויך גרימענישן.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 28, 2018 2:06 am
דורך רויטע וואנצעס
מאמענט קומט ארויס מיט נייע ביילאגע אויף יו"ט מיט'ן נאמען "ידעתי". זעעט אויס צו פארקויפן אמונה און אידישקייט. א שיינע אויסוואל אויפן דעקל. כ'האף זיי גייען גראד צו די יסודות אן קיין פרומע שטיק.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 28, 2018 2:12 am
דורך נולד מאוחר
געווענדליך דער וואס ספעצעלירט זוך און "אלע חלקי התורה"
איז נישט דער וואס האט ארויס אמונה בעמקות.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 13, 2018 5:04 am
דורך טראק דרייווער
בילד

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 13, 2018 5:05 am
דורך טראק דרייווער
זיי נעמען זיך אן פאר התאחדות

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 15, 2018 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
ספעציעל פאר הרב הילל וויינבערגער שליט"א...וועלכער איז א וויכטיגער מענטש אין די פראפאגאנדע דעפארטמענט פון התאחדות הרבנים...!

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 16, 2018 6:23 pm
דורך לבי ובשרי
פסח האט מיר דער מאמענט היפש שאקירט, אבער פארט געווען געציילטע שטארקע ארטיקלען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:14 pm
דורך בן ישי
זיי האבן נישט גענימען קיין שטעלונג, זיי האבן געהאט אינטערוויאס ביט אלע זייטן.

איך זעה די וואך איז דא א בריוו פון איינער פון אינזערע שרייבערס דא, איך בין נייגעריג צו זיי האבן אריינגעלייגט זיין גאנצע בריוו.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 29, 2018 5:21 am
דורך בן ישי
די מאמענט האט לעצטע צוויי וואכן צוריקגעברענגט שמועסן פון הרב עזריאל טויבער אבער זיי זענען געווען שיינע חיזוק שמועסן נישט אזויווי זיי פלעגן ברענגען ווי ער האקט אויף אלעס.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 29, 2018 5:27 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: איך האב עס אויך באמערקט. אבער ס'איז א חילוק פון אבא חייא טויבער ביז ר' עזריאל טויבער. (אזוי מייניך.)...!

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 29, 2018 12:00 pm
דורך בן ישי
אה כ'האב מיך געווינדערט ווי מ'האט פלוצלונג געטראפן נארמאלע שמועסן

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 07, 2018 12:41 pm
דורך berlbalaguleh
אונז זעמיר ב"ה געבענטשט מיט אזא נוצליכן און אינפארמאטיוון וועכענטליכן אויסגאבע. דער מאמענט. איך ווער א יעדע וואך אויפסניי נתפעל פון די הערליכע און אינפארמאטיווע ארטיקלען וועלכע זענען א געשמאק צו ליינען...!

לאמיר אנהייבן ביי די באנייטע ..."פרוזדור"... שמועסן. וועלכע ווערן אראפגעברענגט בשם הרב עזריאל טויבער שליט"א. כ'ווייס נישט וואס ער איז פאר דעם ר' אבא חייא טויבער. א טאטע, זוהן,ברודער אדער קאזין. שוין. לאמיר נישט רעדן. דער עיקר איז אז מ'האט א הנאה און ס'געט חומר למחשבה ווען מ'ליינט עס. אזוי אויך, דער מחנך הרב וואזנער שליט"א רעדט מורא'דיג שטארקע נקודות. וואס איך האב געזעהן במציאות...!אויך איז אינטרעסאנט אז דער ארטיקל פון מלמד'ס מחשבות רעדט גאר שטארק ענדליך איבער דעם וועג וויאזוי מ'דארף לערנען גמרא מיט יונגע קינדער. ווייל ס'איז ליידער דא מלמדים, טאקע ווייל ס'פעלט זיי אין הבנה. קענען זיי נישט געניג גוט מסביר זיין א שטיקל גמרא פאר קינדער וועלכע הייבן ערשט אן צו לערנען גמרא. אבער די עצה וואס דער מלמד געט איז זייער ריכטיג. מ'דארף עס דראמאטיזירן. און מאכן כאילו ס'איז א פלעי. מ'רעדט דאך נישט אין די העכערע כיתות. אבער ביי התחלת גמרא איז עס זייער וויכטיג...!

אויך די ארטיקל פון די ..."השגחה פרטית"... מיט די פרוי טויבא עטקא,ע"ה וועלכע איז געשטארבן אן האבן קינדער. כאטש דער שרייבער טוט עס א ביסל צו שטארק דראמאטיזירן, איז עס דאך אינטרעסאנט. ס'איז א גרויסער מוסר השכל...!

אונז דארפן מתפלל זיין אז דער מאמענט זאלל מאריך ימים זיין. ווייל ס'זענען דא א טייל פון די פארקרומטע מוחות. די וועלכע וויללן אייביג צו העלפן פאר'ן באשעפער, כביכול צו פיהרן זיין וועלט. זיי טענה'ן אז די רעדאקטארן און שרייבערס פון מאמענט זענען שקצים און אפיקורסים...דארפן מיר מתפלל זיין אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי. און א יעדער נארמאלע מענטש קען מבחין זין און וויסן אז דאס איז די בעסטע פון אלע בחינות. זיי ברענגען אינטרעסאנטע נייעסן און ארטיקלען וואך נאך וואך על טהרת הקודש...!

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 07, 2018 1:10 pm
דורך בן ישי
ר' עזריאל איז ר' אבא חייא'ס עלטערען ברודער, ער איז די גרינדער פון שלהבת אין ער האט געעפנט מכון להוראה אין עס אויסגהאלטן יארן לאנג, ער איז ר' בערל'ס טאטע.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 08, 2018 8:23 pm
דורך לבי ובשרי
ריכטיג. רבי עזריאל'ס שמועסן קומען אריין זייער קלאר, נארמאל און אינפארמאטיוו. אנדערש ווי זיין ברודער ר' אבא חייא, (ווואס קיין ספעציעלע שייכות פארמאגן זיי נישט צוזאמען, אויסער זיין א ברודער...), וואס האט געהאקט און געבראקט אויף וואס ער האט נאר ערפינדן.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 08, 2018 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן:ר' עזריאל איז ר' אבא חיים'ס עלטערען ברודער, ער איז די גרינדער פון שלהבת אין ער האט געעפנט מכון להוראה אין עס אויסגהאלטן יארן לאנג, ער איז ר' בערל'ס טאטע.

בן ישי: ס'איז מסתמא א טעות הדפוס. ווייל זיין נאמען איז אבא חייא. נישט חיים...!