דער מאמענט מאנטריאל חרידישע צייטונג

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

דער מאמענט מאנטריאל חרידישע צייטונג

הודעהדורך town1 » דינסטאג מאי 06, 2014 6:24 pm

(קודם כל איז א וואונדער פארוואס קיינער האט נאכנישט געפענט א אשכול וועגן דעם)
אין מאנטריאל קומט שוין ארויס די לעצטע צוויי יאר א וועכנטליכע צייטונג מיטן נאמען דער מאמענט (נישט פארמישן מיט די נייע אויסגאבע מאמענט) די צייטונג אנהאלט לאקאלע נייעס פין קוויבעק בריוון פין די ליינער, א עדאטאריאל, פינאנציאלע נייעס פון קאנאדע, א שיינע שפאנענדע פארזעצונג, אין אויך א גאנצע אפטיילונג פון נייעס אויף ענגליש, די צייטנג ווערט ארויסגעגעבן דורך די ארגאנאזאציע ילדי וואס זיי העלפן קינדער מיט דיסעבילעטיס אין די צייטונג ווערט פארשפרייט איבער גאנץ מאנטריאל אויך האבן זיי א באזע פון צוויי טויזענט ליינער וואס באקומען די צייטונג א יעדע וואך דורך אימעיל
דאס איז א לינק צי זייער צייטונג פון לעצטע וואך
http://dermoment.ca/weekly/
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מאי 06, 2014 7:04 pm

טאון 1: ייש"כ. אלס א געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל האב איך מיך מחי' געוועין מיט די דערפרישענדע נייעס און וויאזוי די שטאט איז ב"ה געוואקסן לשם ולתפארת. ס'איז מיר זייער שטארק אינטרעסאנט צו זעען אז מאנטריאל איז גארנישט צוריקשטענדיג אין טעכנאלאגיע. איך האב פארלאזט די שטאט נאך פאר די קאמפיוטער/סעללפאון/אינטערנעט תקופה. (1972( למספ'. .. :? 8-) :lol: :D :) ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12286
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך מאי 07, 2014 11:09 am

כ'האב נישט קיין צייט לעת עתה צו געבן א פונקטליכע אפשאצונג אויף "דער מאמענט" אבער דאך א קורצע איבערזוכט קען נישט שאטן, ועוד חזון למועד.

דער מאמענט איז גאר א אינהאלטסרייכע פרעסטיזשפולע צייטונג, די רעדאקציע טוט וואס נאר מעגליך צו האלטן דעם הויכן ניווא, זיי פארמאגן א שטאב פון גאר געלונגענע שרייבערס, לייגן אראפ די פאקטן קורץ און שארף, ועוד כמה מעלות...

איינע פון די שטארק מערקווירדיגע זאכן איז על אף וואס זי ווערט ארויסגעגעבן דורך א סאטמארע יונגערמאן איז זי גאר שטארק אומפארטייאיש, און בכלל די איינציגסטע עכט נוטראלע אידישע צייטונג פון וואס א בעלזער, סאטמארער, ליובאוויטשער, פאפאנער, צו גאר א זאבליטובער אדער מילקשעיקער צוגלייך פילט זיך שטארק באקוועם דערמיט.

אפגערעדט פון דעם אז די אלע הוילע רבי'שע פראפאגאנדע פארנעמט נישט קיין ארט ביי זיי די אלע וינועו אמות הסיפים, מפזז ומכרכר, צו צענדליגע טויזענטע וכדו' טרעפסטו נישט דארט. ווען א רבי קומט אין שטאט ווערט ער קורץ און שיין באשריבן, וזהו. ועוד כמה מעלות טובות.

די ענגלישע אפטיילונג ווערט געשריבן מערסטנס דורך צבי הערשקוויטש א ליובאוויטשע שליח לשעבר און היינט צוטאגס א יונגע דזשורנאליסט, ער איז באקאנט מיט זיין בלאג

http://www.bill613.com

אני הקטן האף אז עס וועט האבן שטארק הצלחה, און זיין א מוסטער פאר אנדערע אז א צייטונג קען רעדן צו די זאך און מצליח זיין,
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 556
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט