אנקעטע: וועלכע צייטונגען קויפט איר?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

אנקעטע: וועלכע צייטונגען קויפט איר?

שליחה דורך גבאי שני »

איינער פון אונזערע חברים האט מיר געבעטן צו עפענען די דאזיגע אנקעטע. פאלגענד איז וואס ער שרייבט:

אין די נישט-אידישער וועלט איז דאס זייער אנגענומען, אז יעדעס יאהר מאכט מען א "אנקעטע" צו זעהן ווי שטארק זענען באמת די צייטונגען ביים פובליק, וויפיל מענטשן קויפן דאס און ווייזן ארויס אינטערעסע דערין.

אבער אין אונזער אידישע מארקעט איז די סארט אנקעטע קיינמאל נישט גענומען געווארן, און אסאך מענטשן און קאמפאניס ווילן וויסן דעם אמת, און האבן רעכט צו וויסן די וויכטיגע אינפארמאציע, וועלכע וקען זייער צוניץ קומען אין זייער אסאך וועגן, סיי אין די פאקטן, צו וויסן דעם אמת, סיי אלץ עדווערטייזער, צו וויסן ווער עס איז באמת א שטארקער צייטונג וואו עס לוינט זיך ריכטיג זיך צו אדווערטייזן, און אויך די וועליו פון די צייטונגען, ווי באקאנט קען יעדע צייטונג בעטען פאר עד'ס לויט די שטארקייט און זייער פאפולערקייט ביים ציבור.

מיר האבן צוזאמען געשטעלט א ליסטע פון פארשידענע סארט היימישע אויסגאבעס און צייטונגען וואס קומען ארויס ביים היימישן ציבור און ווערט בעיקר פארקויפט דאהי אין אמעריקא, (די סארט צייטונגען וואס מען הערט כמעט נישט פון זיי דאהי האבן מיר נישט געלייגט, און מיר האבן זיך אויך געמוזט האלטן צו נאר 20 צייטונגען - די מערסטע וואס די אנקעטע קען פארנעמען). אלע ניקס וואס האבן שוין געשריבן איבער 60 תגובות זענען בארעכטיגט און זענען העפטליך איינגעלאדענט צו נעמען אנטייל אין די נוצליכע אנקעטע.

מיר וועלן אננעמען וואוטס ביז די קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת חוקת, דערנאך וועט די אנקעטע ווערן אפגעשפארט כדי עס זאל בלייבן מיט די ריכטיגע ציפערן.

ואלה הם לויט די סדר הא' ב'
אין אידיש:
א בליק\מאמענט-אידיש
באלייכטונגען-אידיש
דאס אידישע ליכט-אידיש
דבר בעטו-אידיש
די וואך-אידיש
די ליכטיגע היים-אידיש
די צייטונג-אידיש
דער אוצר-אידיש
דער איד- אידיש
דער בלאט-אידיש
דער בליץ-אידיש
דער שטערן-אידיש
דער שפאקטיוו-אידיש
מעלות-אידיש
מצליח-אידיש
בינה-ענגליש
המודיע-ענגליש
יתד נאמן-ענגליש
משפחה-ענגליש
עמי-ענגליש

ביטע קליקט דא אפצוגעבן אייער שטימע

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר