זייענדיג אן אפגעהיטענעם חסיד'ישן איד בין איך פארשטייט זיך א טוויטער באניצער. ביי אונז האט מען געוויסט אז מ'קען נישט צוגיין צום דאווענען פאר'ן דורכגיין די פיעד און זעהן פונקטליך וואס טוט זיך אויפ'ן וועלט און ווער ס'מאכט א שמחה. מיינעך אז ס'וואלט כדאי געוועהן צו האבן אן אשכול וואו מ'זאל האלטן דעם עולם אפדעיטיד מיט די גוטע, וויכטיגע און אינטערעסאנטע טוויטער קאנטעס.
פותחין בכבוד אכסניה, אונזער באליבטן שטיבל: https://twitter.com/kaveshtiebel
דער פאפולערער נייעס קוואל "Kol Haloam" פאר יעדן אשר עמדו רגלותיו על הר סיני:
https://twitter.com/KolHaolam
א טוויטער אקאונט מיט job openings פאר היימישע אידן:
https://twitter.com/JewishJobs
אורן יניב - א רעפארטער פאר די "דעילי ניוז" מיט א אידישער פינק:
https://twitter.com/OrenYaniv
א שטארק רעקאמענדירטע אקאונט וואס ריטוויט יעדע טוויט וואס רעדט וועגן חסידים. גאר אינטערעסאנט צו זעהן וואס מענטשן רעדן און טראכטן וועגן אונז:
https://twitter.com/kazal12
א must follow פאר יעדער ערליכער איד: https://twitter.com/hasidic1
נאך א נייעס אקאונט פאר היימישע אידן: https://twitter.com/YiddishNews
כ'וועל דא ענדיגן פאר איצט און לאזן דער עולם ממשיך זיין.
אינטערעסאנטע טוויטער קאנטעס
דער אשכול פארמאגט 38 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן