וואס שטעלן 'מיר' צו אויף יו"ט: סוכות אראומע!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

וואס שטעלן 'מיר' צו אויף יו"ט: סוכות אראומע!

שליחה דורך כוכב »

טוט זיך טישן און בענק מיט די יו"ט פובליקאציעס ווען איינער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן און קומען ארויס מיט אויסגאבעס גרויס ווי א בוני עולם זשורנאל, שטעלט זיך די מיליאן דאלער שאלה, מתי אעשה אנוכי לביתי? וואס קענען מיר צושטעלן לכבוד יו"ט? אפשר נעמען מיר זיך צוזאם און א צען שרייבער דא נעמען זיך אונטער אן ארטיקל ויאכלו ענוים וישבעו.
איך בין זיכער יעדער האט נאך עפעס אוין בויך נאר איז נכשל געווארן אינעם לכשאפנה אשנה, יעצט אז ס'וועט זיין א רייץ און א קנאת סופרים וועט מען האבן אינטערעסע צו ענדיגן אלע אשכולות אין דער מאכונגען.

אלזא, וויל איך נאמינירן מיינע טייערע פעלאוס (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?)

פילאזאפיע
[tag]לעיקוואד[/tag], [tag]נהורא נפישא[/tag], [tag]יאיר[/tag], [tag]פארוואס?[/tag]

קאנטראווערסיע
[tag]הוגה[/tag]

ליבשאפט
[tag]שמעקעדיג[/tag]

חסידות
[tag]ראש הישיבה[/tag] (א רב א בעל עגלה האמיר שוין אין מחניים, אבער א ראש ישיבה א גבאי?), [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]ברסלבער[/tag]

פאעזיע
[tag]רויטע וואנצעס[/tag], [tag]אפטעמיסט[/tag]

שמייכל
[tag]יואב[/tag], [tag]רוח קדים[/tag]

מוזיק
[tag]לאליפאפ[/tag], [tag]סאשי פיש[/tag]

היסטאריע
[tag]אבטולמוס[/tag], [tag]הערשי[/tag]

מידיא
[tag]יידל[/tag], [tag]ישמעאל הכהן[/tag], אבי גערעדט

סיסטעם
[tag]בר דעת[/tag], [tag]איש עברי[/tag], [tag]הממלוכה והממשלה[/tag], [tag]פליקער[/tag] (בתוך שאר וכו' כל הקהל הקודש...)

אנשי שם
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]

נטורא חרתא בעק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
[tag]טיטאניק[/tag] ,[tag]אתא קלילא[/tag], [tag]איך אויך[/tag]

או.טי.די
[tag]דענקער[/tag], [tag]יואליש[/tag], [tag]ימי קדם[/tag], [tag]קאווע טרינקער[/tag]

בעלעד
[tag]דולה ומשקה[/tag] ,[tag]סאו וואט[/tag]

(וואו לייג איך[tag]געפילטע פיש[/tag]?)


ווערטלעך אין א זייט געלייגט, ס'איז א שיינער חלום, אבער ווען סטיוו זשאבס חלומ'ט נישט האבן מיר נישט קיין אייפאון, דע פארטי איז אן רבותי, ווער איז אין?
ובלי"נ גם אני אענה חלקי וביום תת ה' שמחה אתכם ישמח לבי גם אני ברצות ה'.
און אלע וואס כ'האב אויסגעלאזט, טאקע ענק מיין איך, ארויפשארצן די ארבל, ווארט נישט פאר קיין כבוד, נעם זיך צו דער ארבעט, א רויעך זאל גיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר