יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

שליחה דורך זר זהב »

אנומעלט זעה איך א בילד אין איינע פון די צייטונגען ווי "הרב יוסץ פרץ הלוי ביללער פארקויפט זיינע קונטריסים אין שול" דאס מאל איז עס נישט די אלעמען באקאנטע יפה בעתו אויף וואס אונז (30 יעריגע רעינדזש אינגעלייט) האבן געהאט די זכיה אויפצואוואקסן, היינט פארקויפט ער עפעס א ביכל מיט אן אנדערען נאמען כ'געדענק נישט די נאמען.

איך זאג "געהאט די זכיה אויפצואוואקסן" איך מיין עס מיט אן אמת ווייל ליידער די היינטיגע בחורים וואקסן אויף מיט אנדערע סארט לייען מאטריאל וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל נישט דאס איז מיין ציהל דא.

דער בילד האט מיר דערמאנט ימים מקדם ווי ר' יוסף פרץ זיצט זיך ביי זיין טישל מיט זיין אייגענארטיגן חן אין ראדני שול און פארקויפט זיינע יפה בעתו'ס יאר נאך יאר חודש נאך חודש, א קונטרס וואס ווען ער זאל עס היינט אראפלייגן אויף די טישן אין שול פאר יעדן אהיימצונעמען בחינם, ווייס איך נישט וויפיל אידן וואלטן עס אפילו אויפגעהויבן צו געבן א בליק דערין... (ווייל היינט איז דאס דאך זייער צורישעשטאנען).== און איך מיט מיין קינדישן מוח פלעג שטיין אין דער זייט און באטראכטן דעם מאדנעם הויכן פארשוין וואס ווייסט אלעס ... אלע סודות זענען פאר אים אפען פונקטליך יעדענ'ס בהמה/חי'ס נאטור, וויאזוי די לאקאמאטיוון פלעגן פארן אויף הייסע פארע, וויאזוי צו מאכן א טעלעפאן (אן אינטערנעט) פון 2 פלעסטיק קאפס מיט א שיך בענדל, איטערעסאנטע היסטארישע קאפיטלען קורות עם ישראל, און וואס נישט ?

אין ישיבה קטנה פלעג איך אריינסניקען א יפה בעתו אינעם גמרא אריין און דער מגיד שיעור האט זיך איינגערעדט אז מ'קוקט אריין אין גמרא דערווייל האט מען געטון אן עבירה נעמליך מ'האט געלייענט נפלאות הבורא, מ'האט געלייענט פארוואס דער עלעפאנט האט אזא ריזיגען נאז, מ'האט געלייענט א לאנגע אידישע מעשה וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן מוסר השכל און אריינגעלייגט יראת שמים. -- דאס זענען געווען די ביטול תורה'ס פון די פיעוטים בחורים אין אונזערע צייטן.

היינט מיין איך וואלטן די מחנכים זיך געוואונטשען צו קענען מאכן א שיעור פאר בחורים אין ... "יפה בעתו" אויב זאלן נאר די בחורים אוועקווארפן אלע אנדערע אבאמא ביל געיטס לייען מאטעריאל!

עד היום ווייס איך נישט ווער עס איז דער האלי-מען הרב יוסף פרץ הלוי ביללער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר