"סעריעל" פאדקעסט, סעזאן 1: אן אמת'ע מארד מיסטעריע?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2679
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4315 מאל

"סעריעל" פאדקעסט, סעזאן 1: אן אמת'ע מארד מיסטעריע?

שליחה דורך יואליש »

איינע פון די פאפולערע שאוס אין די טעג אין אמעריקע איז נישט א טעלעוויזיע סעריע, נישט קיין מאווי, און ס'איז נישט פיקציע. אנשטאט איז קינד און קייט אבסעסירט מיט אן אינוועסטיגעטיוו זשורנאליסטישע ווערק וועלכע ווערט דיזע טעג געבראדקעסט בלויז אין די פארם פון וועכנטליכע פאדקעסט סעריע מיטן נאמען "סעריעל." די סעריע ווערט פראדאצירט דורך די "דיס אמעריקען לייף" טיעם, א ראדיו און פאדקעסט שאו, אויך אן אינוועסטיגעטיוו זשורנאליזים שאו. אבער אנדערש פון "דיס אמעריקען לייף" וועלכע ווידמעט צום מערסטנס א שעה אויף איין רעפארט, איז "סעריעל" געווידמעט פאר איין מעשה פער סעזאן, פארציילט אין פארזעצונגן.

די ערשטע מעשה - וועלכע האלט היצט בי 10 עפיזאדן - איז איבער אן אמת'ע מארד וואס איז פארגעקומען אים 1999 אין מערילענד. אין קורצן: א היי סקול מיידל, העי מין לי, איז פארשווינדן געווארן, איר קערפער איז שפעטער געטראפן געווארן טיילווייז באגראבן אין א פארק. די פאליציי באריכט האט געזאגט אז זי איז דערווארגן געווארן. די מיידל'ס פריינד און געוועזענע באויפרענד, אדנאן סיעאד, איז ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן אויף מארד, די אנגעגעבענע מאטיוו איז געווען אז ער איז געווען כעס'יג אז זי האט אים אפגעזאגט. די ערשטע טרייעל האט זיך גענדיגט אין א מיסטרייעל, אין א צווייטע טרייעל האט אים א זשורי געפינען שולדיג. ער זיצט יעצט א לעבענסלענגליכע אורטייל.

די קעיס האט נישט אינוואלווד קיין די ען עי, פינגערפרינטס אדער אנדערע פארענסינקס. בלויז איין עדות'שאפט פון א סטודענט מיטן נאמען זשעי, א חבר פאר אדנאן, וועלכע האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאלפן מיט די באגרעבעניש. פאר זיין קאפאראציע איז דער עדות אפגעקומען מיט א פלי דיעל אן תפיסה. די קעיס איז אויך געווען פון די ערשטע קעיסעס ווי סעלפאן רעקארדס האבן געשפילט א באדייטענדע ראלע, און א גרויס חלק פון די שאו באציט זיך צו דעם.

די פראדאצירער פון די שאו, שרה קעניג, האט געזאגט אין איר מידיא אינטערוואויס איבער די שאו אז זיי ווייסן נישט וואס די אויסגאנג פון די שאו וועט זיין. מ'רישט זיך נישט אויף קיין איבעראשונג. די רייץ פון די שאו איז פשוט וויאזוי ס'קריכט אריין אין די קישקעס פון די קעיס בפרט ,און גיט א בליק איבער די קרימינאל יוסטיץ סיסטעם בכלל. און נאך יעדע עפיזאד פרעגט מען זיך אליין, איז ער יא דער מערדער אדער נישט, אויב נישט דאן ווער יא?

אדנאן סיעאד קומט פון א מוסלים געמיינדע. און איך האלט די שאו קען זיין אינטערעסאנט פאר חסידיש'ע אידן אין ליכט פון די אינטערעסע וואס מיר האבן לעצטענס אין די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם בכלל און וואס דאס מיינט פאר א מינאריטעט ווי חסידישע אידן בפרט. ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די פאראלעלס צו אונזער געמיינדע. די מוסלים געמיינדע שאפט אים אדוואקאטן און פאנדרעיזט דערפאר, זיי האלטן אז ער האט נישט באקומען א יושר'דיגע טרייעל ווייל ער איז מוסלים, און אזוי ווייטער. ספעציעל איז אינטערעסאנט צו זעהן פון די פראקוארן האבן אנהייב פון די קעיס פארלאנגט דער ארעסטירטער זאל נישט ארויסגעלאזט ווערן אויף בעיל ווייל אדנאן - אן אמעריקאנער בירגער - אז א פלייט ריסק צו אנטלויפן קיין פאקיסטאן. לעצטענס איז געווען אין פארענט פון סופרים קאורט די זעלבע ארגומענט לגבי אידן און זייער פלייט ריסק קיין ישראל.

איבער די אינטערענט איז פארהאן דעבאטעס וואס צונעמען די קעיס, מענטשן רעקארדירן ווידיאוס די פלעצער וועלכע זענען צענטעראל צו די קעיס, לצים מאכן פאראדיעס און פאסטן דאס אויף יוא טוב. ס'איז הימעל און ערד און סעריעל פאדקעסט. די וועכענטליכע "דיס אמעריקן לייף" און יעצט אויך "סעריעל" זענען פון די פאולערסטע פאדקעסטס.

_____

דא איז די שאו.

דאקומענטן און אינפאגרעמס צו האלטן חשבון אויף די דעטאלן וועלכע ווערן צומאל קאמפלעצירט און צומישט.

א באריכט איבער די שאו און פארוואס ס'איז אזוי פאפולער.

די אבסעסיע אויף רעדיט.

די אבסעיסע אויף https://www.youtube.com/results?search_ ... opensearch.


צום שלוס: א קארטון פון די ניו יארקער.
בייגעלייגטע פיילס
daily-cartoon-141205-serial-1200.jpg
daily-cartoon-141205-serial-1200.jpg (303.4 KiB) געזען געווארן 4354 מאל

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר