EXCLUSIVE
מיינע קוועלער גיבן איבער אז דער איד און בלאט וועלן (צוריק, אין דער איד'ס פאל) אנהויבן ערשיינען יעדן מיטוואך אנשטאט ווי ביז איצט, דאנערשטאג. די קומענדיגע צוויי וואכן דארף צו הייסן א טריי-אוט צוליב די גוי-שע חגאות. אבער לויט ווי מיינע שפיאנען דערציילן וועט דאס זיין פערמאנאנט.
דער איד פלעגט ארויסקומען יעדן מיטוואך צוזאמען מיט 'די צייטונג' און אלע אנדערע ענגלישע דזשואיש צייטונגען. אבער ווען די בלאט איז ארויסגעקומען און ערשינען יעדן דאנערשטאג, פלעגן זיי נאכשרייבן פונעם איד און אפילו קאפיען עדס... דער בלאט האט אויך געהאט דעם עדווענטעדזש פון האבן מער אפדעיטס און לעצטערע נייעס פון מיטוואך וואס דער איד האט שוין נישט געקענט האבן, ארויסקומענדיג א טאג פריער. האט דער איד עטליכע יאר דערויף בלית ברירה אנגעהויבן ארויסקומען דאנערשטאג.
די בענעפיטן פון האבן שפעטערע נייעס איז שוין היינט נישט וואליד ווען רוב מענטשן ליינען נייעס אנליין צו אנדערע פלעצער, כמעט נישטא ווער ס'ווארט פאר די צייטונגען צו זען די נייעס.
ארויסקומען מיטוואך האט יא פארדינסטן, אז ס'ליגט לענגער און פריער אויף די שעלווס, ס'דא משפחות וואס מאכן פריער דעם וועכנטליכן ארדער און מ'נעמט וואס ס'איז דא. אויך איז דא מער צייט ס'זאל אנקומען און ווייטערע ערטער, דאס וועט זיכער הייבן די סירקולעשען.
אליינס האט קיינער נישט געוואלט מאכן דעם טויש, האבן ביידע צווישן זיך איינגעגאנגען אויף מיטוואך.
ימים ידברו.
עקסקלוסיוו: 'דער איד' און 'בלאט' ארויסצוקומען 'יעדן' מיטוואך
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1620 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל
דער אשכול פארמאגט 25 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן