בלאט 1 פון 1

רעקאמענדירטע פאדקעסטס

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:20 am
דורך יידל
האמיר בעזרת צורינו געענדיגט "סעריע", און פון נאך א סעזאן וועט נישט זיין וואס צו רעדן בעפאר א שיינע פאר חדשים (בר מן דין וואס כ'זע אז מרת קעניג רעדט זיך אפ אז ארויסגעבן א עפיזאדע וואך נאך וואך איז עפעס וואס האט איר גאר אומערווארטעט איבערגעשטרענגט, האב איך מורא אז ביים צווייטן סעזאן וועט שוין נישט זיין מיט אזא פלייס).

בקיצור, מ'דארף א נייע פאדקעסט. די מאדנע זאך דערפון איז אז בעפאר איך האב צוגעהערט צו א סיריעל האט מיר קיין פאדקעסט נישט פאראינטערעסירט. אבער איינמאל כ'האב זיך צוגעוואוינט צו באצירן מיינע באן רייזעס מיט פאדקעסטס, מוז איך שוין האבן אן ערזאץ און אנדערש גייט עס נישט. נו, דאס איז דאך דער מענטש.

אלזא, וועלכע פאדקעסטס זענען אינטערעסאנט?

דערווייל האב איך געטראפן צוויי וועלכע איך גלייך און דער עולם ווערט געבעטן בכל לשון של בקשה צוצולייגן כדי השם הטובה עליהם.

דאס ערשטע איז TED radio hour. די מחברים נעמען יעדע וואך א צווייטע נושא, נעמען צוזאם צוויי אדער דריי TED דרשות אויף דעם טעמע, און דערנאך אינטערוויוען זיין די בעלי דרשנים. גאר אינטערעסאנט און ציענד.

די צווייטע פאדקעסט איז אויך מבית יוצרם של NYWC, און עס הייסט ראדיא-לעב. זיי נעמען פארשידענע וויסנשאפטליכע און פילאזאפישע טעמעס און טוען דאס אדורך מיט א געשמאק. גאר שיין.

וואס איז אייער פעיוואריט פאדקעסט?