אינטערסאנטע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען נישט צו פארפעלן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

אינטערסאנטע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען נישט צו פארפעלן

שליחה דורך בעל מדות »

איך לייען אסאך, און אפטמאל קימט מיר אויס זיך צו אנשטאלפערן אין ארטיקלען וועלכע איך גיי ארויס פון התפעלות און אריין אין א ווילדן שטימונג נאכן איהר אפלייענען, נאכדערצו ווען עס קימט יעצט אין די לענגערע זומער וואכן און חדשים און עס איז דא מער צייט צו פארברענגען מיט די אמאליגע וועג פון אינטערטעינמענט אויפן פארנעם פון פאפיר.
עס זענען דא פארשידענע אשכולות וועלכע באנעמען זיך זעלבסט איבער פארשידענע אויסגאבעס, אבער עס איז נישט פארהאן -לפי מיין קורצע איבערזיכט- א אשכול וועלכע זאל זיין א ארט ווי מען זאל זיך פארשלאגן ארטיקלען און זיי הויעך אויסרימען בכדי אנדערע זאלן דערפון אויך קענען הנאה האבן.

אפטמאל ווען א שרייבער פון א ארטיקל קימט אריין מיט אביסל א שלאבערישן נאמען, אדער מיט נישט שרייעדיגע פיקטשער'ס ווערט עס נישט געקוקט ביי מענטשן און בליקן עס דורך זייער אויבנ'אויף'דיג ווארום אסאך מאל ווען זיי זאלן ווען וויסן וואספארא שיינע אינטערסאנטע ארטיקל דאס איז וואלטן זיי שטארק חרטה געהאט פארן זיי דורכמישן און דא איז מיין ציל מיט דעם אשכול.

די קאווע שטיבל פאלק וועלכע אינאיינעם איז פארמירט א מאכטפולע לייענער באזע מיט שווערע טויזענטער אויגן, נישטערן נאטורליך דורך יעדע אויסגאבע, דזשורנאל, צייטונג און ביכל וועלכע קימט נאר ארויס אויפן מארקעט און מיט א כח הרבים, ווען מען ווייסט פון אנדערע וואס האבן שוין געלייענט א געוויסע ארטיקל און זיי טיילן עס מיט אין פובליק וואלטן מיר זיכער מער הנאה געהאט ביים נעמען די פובליקאציעס צו די אויגן.


פארוואס זאג איך עס אייך? איך האב די וואך געלייענט אין די שטערן (חודש אייר) א אינטערוויו מיט א שניידער וועלכע האט א אינטערסאנטע היסטאריע און ממש איך געדענק נישט איך זאל ווערן אזוי איבערגענימען פון א געשריבענע ארטיקל.

איך האב עפעס מיטגעלעבט מיט דעם געשיכטע זיינע לאכנדיג און וויינענדיג אינמיטן, טרינקענדיג מיט דורשט יעדעס ווארט וואס ער האט נאר געשריבן.

פארשטייט זיך נישט צו יעדעם רעדט יעדע ארטיקל אבער איך שטעל עס פאר פארן ציבור און איך בין זיכער אז נאך אסאך וועלן דערפון הנאה האבן.

איך וועל פרובירן צוצוצייכענען יעדעס מאל איך האב הנאה פון עפעס אן ארטיקל און איך האף עס וועט גיין ווי מיין סלענג לויטעט איך פרוביר אבער עס קען נישט גיין איינזייטיג.

האט'ס מיר א גוטע וואך
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר