צייטונגען צירקולאציע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

צייטונגען צירקולאציע

שליחה דורך זר זהב »

ס'איז א האקעלע נושא אין די וועלט פון אידישע צייטונגען אז אפילו די קאנקורענטן האבן א פארשטענדעניש נישט ארויסצוגעבן די נומערן וויפיל קאפיעס איטליכער צייטונג פארקויפט.

אין די גויעשע וועלט פון צייטונגען איז דא אן אפיציעלער ביורא וואס גיבט ארויס די פונקטליכע ציפער'ן פון אלע גרויסע צייטונגען ארום די לאנד וואס יעדער קען זעהן.

צייטונגען סירקולעישאן פאלן לעצטענס זייער שטארק ווייל מער מענטשן ליינען אויף די וועב (אפשר יעצט נאכ'ן כינוס וועט עס צוריק ארויף...?) האט אבער ABC (Audit Bureau of Circulations) אויך צוגעלייגט אנליין דידזשיטעל סובסקריבשן צו זייער אפיציעלע צירקולאציע נומערן. (למשל א שיינער צאל פון די 1.1 מיליאן קאפיעס וואס די טיימס פארקויפט כלומרש'ט לויט די ביורא'ס חשבון איז אין אמת'ן נישט קיין פאפירענע קאפיעס נאר אנלייען סובסקרייבער'ס וואס צאלן פארן טיימס חודישליך)

די גרעסטע צייטונגען שוין פאר יארן זענען די יו עס עי טודעי, וואל סטריט דזשורנאל און דער נ.י. טיימס רעספעקטיוולי.

זכריני ימים ווען די פאוסט (וואס האט נאך דעמאלטס געקאסט א קוואדער) מיט'ן ניוז פלעגן זיך הארגענען טאקע ביי די נאז... ממש ווי בלוט שונאים. דער דעילי ניוז האט אבער אלץ געהאט דעם אויבערהאנט מיט א 50-100 טויזענט מער צייטונגען אין וויקדעי'ס (נישט זונטאג). דער פאוסט פלעגט האבן היפש איבער 700,000 פארקויפט און די ניוז מער צו 800,000.

יעדע 6 חדשים ווען די נומערס זענען ארויסגעקומען האט עס יעדער אויסגעטייטשט בעסער פאר זיך. איינמאל ווען די פאוסט האט כמעט אנגערירט די ניוז'ס ציפערן, האט שוין דער ניוז געוויסט אז גאר אסאך פון די פאוסט'ס קאפיעס פארקויפן זיך אינדרויסן פון די 5 באראס (גראדע אמת געווען), וואס איז נישט אזוי גונסטיג פאר "אדווערטייזער אגענטען" וואס זיכן סיטי ביזנעס!

היינט וואלט שוין דער ניוז געקענט באשטיין אז דער פאוסט זאל עם איבערשטייגן ווייל זיי גייען נעבעך ביידע אין דער ערד! דער פאוסט האלט שוין ביי בלויז 500,000.

-------------------
איך ווייס נישט פארוואס איך בין פארקראכן איך האב באמת געוואלט רעדן פון די היימישע צירקולאציע.--- ס'נישט פעיר אז דער עולם ווייסט נישט וואו וואס ווען, וועלכע צייטונג/מאגאזין פארקויפט ווי סאך ? צי איז ווערט די געלט אריינצולייגן א עד.

געהערט האביך שוין א לאנגע צייט אז דער דזשואיש פרעסס איז דער גרעסטער אידישער צייטונג. איך וואלט עס אבער נישט אריינגשעטעלן צווישן די אידישע צייטונגען כמובן.

נו, ווער איז נעקסט. יעדער וועט זאגן אז דער המודיע איז די גרעסטער פארקויפער. איז עס טאקע אזוי ? איך האלט אז דער המודיע איז די מערסט "אווער-רעיטעד צייטונג". ------ אין די מאגאזינען וועלט איז אנגענומען אז די ענגלישע משפחה פארקויפט די מערסטע אין די שווערע שווערע טויזענטערס, איז עס נאך אלץ אזוי זינט עמי איז ארויס לאור (חושך) עולם ?

און וואס איז מיט'ן איד און צייטונג ? שטערן שפאקטיוו ? יעטעד... ?

איר ווילט הערן עפעס אומגלויבליך ? די מערסט פארקויפטער אידישער מאנאטליכער מאגאזין איז... "מעלות"! יא! זיי דרוקן איבער 8000 קאפיעס און ס'צוגייט. (ס'איז זייער מסתבר פארוואס ס'גייט אזוי גוט, זייער אסאך נעמען "נאר" אריין מעלות אין שטוב)

יודעי דבר זאלן זיך אנרופן... און די וואס ווייסן נישט זאלן שטיל בלייבן, נישט שרייבן וואס מ'וויל אדער מ'דמיונ'ט. ס'איז א סיריעס נושא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר