דער שטערן צייכנט אפ צען יאר זינט איר גרינדונג.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

דער שטערן צייכנט אפ צען יאר זינט איר גרינדונג.

שליחה דורך טאמבל סאס »

[justify]לכבוד דאס אפצייכענונג האט שמעון אפגעשריבן א הערליכן סך הכול, און אבזעווירונג אויף די געוואלדיגע אויפטואונגען און עררייכונגען וואס זיין בלעטל האט שוין געברענגט פאר כלל ישראל. דער ארטיקל איז מתוק מדבש, האב איך מיר דעריבער גענומען די מיה עס אפצוטייפן און ברענגען פארן ציבור, כאטש איך האב נישט אנגעפרעגט קיין רשות, שטעל איך מיך פאר אז שמעון וואלט גערן מסכים געווען דערצו, נאכוואס די נקודות וואס ער שרייבט איז א מצוה צו פארשפרייטן אזוי אז יעדער זאל הערן און וויסן דערפון, ווי אויך זענען די זאכן קיין נייעס נישט. ס'איז ברייט באקאנט די גדולות ונצורות וואס ער האט, און טוט נאך ווייטער אויף פארן כלל.


מיט דעם דאזיגן נומער ווערט אפגעצייכנט צען יאר פון דער שטערן, צען יאר זינט דער שטערן שיינט מיט פראכט אין דעם האריזאנט פון אידישע לייען-מאטעריאל, צען יאר וואס דער שטערן און דאן די צווילינג אויסגאבע דער שפאקטיוו – נעמט אייך מאנאטליך אויף א שפאנענדער רייזע, איבער היסטארישע און צייטליכע, באלערנדע און דראמאטישע נושאים, און גאר אפט איבער תורה'דיגע, אידישע-היסטאריע און ריינע השקפה'דיגע נושאים, און פארזיסט אייער צייט זיך אפצורוען פון די אנגעשטרענגטע טעג מיט קוואליטעט-פילע, פארלעסליכע און ערליכע לייען מאטעריאל.

צען יאר זינט אידישע הייזער האבן אן אלטערנאטיווע צו אומאויסגעהאלטענע לייען-מאטעריאל און קענען וויסן רואיג אז עס קומט נישט אריין אין זייערע הענט קין פסולת, קיין מחלוקת, בזיון תלמיד חכם און פאליטיק, נאר בלויז נייטעראלע און אינטערסאנטע ליטעראטור.

די ערשיינונג פון ערליכע אידישע צייטונגען איז נישט זייער אלט. עס האט זיך אנגעפאנגען מיט בערך הונדערט פופציג יאר צוריק אין ארייראפע, ווען מנהיגי ישראל האבן מייסד געווען ארטאדאקסישע בלעטער צו אפשלאגן אטאקעס פון משכילישע אידישע צייטונגען.

די ערשטע אידישע צייטונגען האבן פארמאגט מייסדים גדולי ישראל, וועלכע זענען געשטאנען בראש המחנה און געען אז ערליכע צייטונגען איז דער גרעסטער כח קעגן דער כפירה'שער ליצנות'דיגע און רשעות'דיגער פרעסע מבית ומחוץ, פון דער גוי'אישער און סעקולערער אידישע גאס.

די סאמע ערשטע אידישע צייטונג איז ארויסגעקומען דורך דעם גרויסן גאון בעל ערוך לנר, וועמענ'ס חיבור יעדער בחור לערנט אין ישיבה. דער גאון רבי יעקב עטלינגער זצ"ל פון האמבורג, דער מחבר פון ערוך לנער און ביכורי יעקב, וועלכער איז געווען אן אויסגעשפראכענער קעגענער פאר דער רעפארם באוועגונג האט אין יאר תר"ד אנגעהויבן ארויסגעבן א חודש'ליכע צייטשריפט מיט'ן נאמען "שומר ציון הנאמן – ציונ'ס טרייער וועכטער", כדי אז אידן זאלן נישט דארפן קויפן משכיל'ישע צייטשריפטן.

אין די פיסטריט פונעם גרויסן ערוך לנר זענען געגאנגען זיינע גרויסע תלמידים ; דער בארימטער רעטער פונעם דייטשן אידענטום, רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל רב פון מאינץ. וועלכע האבן אויך געארבעט צו צושטעלן ערליכע לייען מאטעריאל פאר אידן, און האבן געגרינדעט די "איזרעאליט" וועלכע איז שוין געווען א מער בארימטע צייטונג.

פון דייטשלאנד איז דער געדאנק צו צושטעלן כשר'ע לייען-מאטעריאל אלס מלחמה מיטל קעגן דער השכלה פרעסע, אריבערגעקומען קיין גאליציע וואו דער גרויסער הייליגער בעלזער רב, רבי יהושע'לע זי"ע און דער גרויסער קראקאווער רב רבי שמעון סופר זצ"ל האבן אנגעהויבן ארויסגעבן דעם "מחזיקי הדת".

יארן שפעטער האט דער גרויסער גערער רבי און מנהיג פון פוילישן אידנטום, בעל אמרי אמת זצ"ל געגרינדעט א אידישע צייטונג אין ווארשע, מיטן נאמען "דאס אידישע ווארט"; דער רבי האט געהאלטן אז דאס וועט אפראטעווען אידן פון די פילע פרייע און אפיקורסישע צייטונגען וואס האבן זיך געיאוועט אין פוילן.

דער גערער רבי האט בשעתו ארויסגעגעבן א בריוו וועלכע ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון פארמאגן אן ערליכע אידישע פרעסע. "שוין פונלאנג האב איך זיך באמיט און אונגעשטרענגט צו גרינדן א צייטונג וואס זאל זיין אין א אידישן גייסט און עס זאל זיך דארט נישט געפינען קיין אפיקורס'ישע רייד און קיין ניבול פה, ווארום פילע פון אייך האבן ביי מיר אין שטוב פארגאסן טרערן ווי וואסער, צוקוקנדיג ווי זייערע זין און טעכטער ווערן פארפרעמדט פון זיי און לויפן אריבער אין אנדערע לאגערן, און די סיבה איז געווען די פרעמדע ביכער און צייטונגען וואס פארדארבן דעם גוף מיט דער נשמה. "

און דער אמרי אמת בעט זיך אין זיין בריוו: "דערפאר קום איך צו אייך מיט דער גרעסטער בקשה אז דער ענין פון דער צייטונג זאל נישט זיין גרינג אין אייערע אויגן, וויל פארן פרייז פון עטליכע קאפיקעס א טאג קענט איר העלפן אויפבויען די אונטערנעמונג און אזוי ארום מזכה זיין דעם כלל. און בפרט וויל איך בעטן די אנשי שלומינו ביי וועמען עס איז טייער נאכצוקומען מיין רצון, אז זיי זאלן מיר מודיע זיין איבער יעדן איינעם וואס דערפילט מיין בקשה און מיר געבן זיין נאמען און אדרעס, צו ער אבאנירט די צייטונג אדער ער קויפט איר אין גאס."

און דאן איז דער רבי מוסיף מיט די פאלגענדע ווערטער: "איר זאלט אבער נישט מיינען אז מיט מיין רוף צו אבאנירן די צייטונג בין איך מסכים אדער רוף אנדערע מסכים צו זיין מיט דער פאליטיק פון דער דאזיגער צייטונג. איך בין דערמיט מודיע אז איך מיש זיך בהחלט נישט אריין אין דעם. מיין הויפט-וואונטש איז אז מען זאל שטיצן די צייטונג ווייל דארט איז נישטא קיין ניבול פה און אנדערע שעדליכע זאכן, און אויב איז אמאל עפעס אריינגעפאלן בטעות פארזיכערן די ארויסגעבער אז זיי וועלן דאס פאררעכטן אין דער צוקונפט און אז זיי וולען זיך צוהערן צו די ווערטער פון די חרדים וואס ווילן פארשטארקן אידישקייט."

דער גערער רבי מאכט אויך זייער קלאר אז מען זאל נישט פאלש אויסטייטשן זיין בריוו: "איך באפעל נישט פאר קיינעם צו אנפאנגען לייענען א צייטונג. די צווישן כלל ישראל וואס קענען היטן אויף זייערע אויגן אן ארויסקוקן פון די ד' אמות של הלכה און אן לייענען קיין שום צייטונג איז עס זיכער מה טוב ומה נעים, און הלוואי עס זאל זיין אסאך אזלכע אידן ביי כלל ישראל. אבער אזלכע מענטשן זענען ליידער פאראן זייער ווייניג. איך אדרעסיר דא די וואס לייענען פרעמדע צייטונגען, וואס כאטש זיי אנטהאלטן אפשר בעסערע נייעס ווי דאס אידישע ווארט, איז נאך אלץ וויכטיג נישט צו טרעטן אויף דער תורה און זיך באגנוגן מיט ווייניגער נייעס. און ווען די צייטונג וועט זיך מער ארויפארבעטן וועט איר טרעפן אלע נייעסן וואס פעלט זיך אויס צו וויסן, אזוי ווי אין די אנדערע צייטונגען.,

אויך אין ארץ ישראל האבן ערליכע אידן געגרינדעט צייטונגען צו שטיין בראש המערכה קעגן דער דארטיגע ציוני'סטישער פרעסע, די עדה החרדית האט געגרינדעט אויסגאבעס, און ביז'ן הינטיגן טאג גיט די עדה ארויס איר בלעטל "העדה", און נאך פילע קנאיש'ע ארגענאזאציעס האבן אייגענע ארגאנען צו באשיצן זיך פון רוחות רעות.

אין אמעריקע האבן אידן אויך געליטן פון דער אמעריקאנער אידישער פרעסע וועלכע איז געווען גאר נידעריג, רובם זענען געווען פון רעפארמער, ליבעראלן, קאמוניסטן און ציוני'סטן, ביז דער גרויסער מנהיג ישראל מרן מסאטמאר זצ"ל האט אוזר געווען כגיבור חלציו, און מיט זיין גוטהייסונג איז געגרינדעט געווארן א היימישע פרעסע וואס שטייט מיט פעטסקייט עד היום.

על פי רוב זענען די פריערדיגע צייטונגען געווען מיינסטענס השקפה בלעטלעך וואס האבן פארגערוקט דעם "ודע מה שתשיב" קעגן ביכלעך פון השכלה וואס פרעדיגן קעגן אידישקייט. די צייטונגען האבן אבער געמוזט צייען די לייענער האט מען געלייגט אביסל נייעס און אינטערעסאנטע זאכן. מיט דער צייט זענען די אידישע צייטונגען געווארן מער פארגעשריטן און אנגעהויבן לייגן מער דגוש אויף נייעסן, ארטיקלען און אנאליזן צו ציען לייענער.

די גרינדונג פון צייטונגען איז אבער אויפגענומען געווארן מיט געמישטע געפילן דורכ'ן חרדי'שן ציבור; אידן זענען נישט געווען געוואוינט צו זען אזא סארט יצירה. דאס איז באטראכט געווארן ווי א מאדערנער מיטל צו באקעמפן מאדערניזם, און אזא סארט "ויקח את החנית מיד המצרי" צו אפשלאגן דעם שונא, די השכלה, טאקע אין זיין טעריטאריע, אין די צייטונגען, דער מקום וואו השכלה האט געהאט ביז לעצטנס א פולשטענדיגע אויבערהאנט.

דער שטערן – דער היינטיגע חנית

כלל ישראל האט זיך ב"ה גאר פעסט אוועקגעשטעלט דאס יהדות החרדית שטייט פעלזן פעסט, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ; אבער פארט זענען נאך די אמאליגע סכנות אקטועל און ערליכע אידן זענען באדראעט פון דרויסנדיגע לייען מאטעריאלן.
די סכנה פון לייען מאטעריאלן וועלכע האבן באדראעט אידן מיטן פרעדיגן פאר אזוי-גערופענע "תיקונים בדת" צו טוישן דעם רוח ישראל סבא, איז געענטפערט געווארן מיט כשר'ע צייטונגען פיל מיט אלע סארטן נייעס אויף א כשר'ן אופן און מיט אביסל השקפה עדיטאריעלס און קנאות מאמרים.

די היינטיגע סכנה איז שוין אבער נישט פון דעם פארווערטס, היינט ווערט כלל ישראל באדראעט דורך דעם אינטערנעט, כל ישראל ווערט געפלאגט דורך ערגערע פראבלעמען ווי אין די לעצטע 150 יאר, דער טריפה'נער אינטערנעט האט ליידער באוויזן אריינצודרינגען ביים חרדי'שן ציבור אויף א גרעסערן און דראסטישערן פארנעם ווי יעדע אנדערע רוחניות'דיגע סכנה אינעם לעצטן יובל יארן. די רוחניות'דיגע פאטאליטעטן וואס דער אינטערנעט האט געשאפן זענען אין לשער. די קרבנות פאלן טאג-טעגליך.

קהלות ומוסדות התורה, עסקנים ומנהיגי ישראל קעמפן פייערדיג קעגן דעם אינטערנעט, אבער דער אור-אלטער מיטל פון ויקח את החנית מיד המצרי ווערט ווייטער ערפילט דורך כשרע לייען-מאטעריאלן.

אוואדאי דער שמוץ פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך שטארקע פילטערס און שמירה מיטלען; די כפירה פון דעם אינטערנעט מוז ווערן באקעמפט דורך פילטערס און דורך ספרי חיזוק האמונה; אבער דאס וואס אידן זענען זיך מורה היתר צו לייענען אין דעם אינטערנעט אינפארמאטיווע ארטיקלען, וויסנשפאטליכע זאכן, היסטאריע וכדומה, טראכטנדיג אז אין די זאכן איז נישט פאראן קיין סכנה, מוז ווערן באקעמפט מיט הויכע קוואליטעט לייען מאטעריאל וואס שטעלט צו אינהאלטסרייכע ארטיקלען אבער אויף א כשרע וועג.

לייענען היסטאריע איז נישט קיין סכנה, אבער אז מען לייענט עס אין גוי'אישע מקורות ווערט אריינגעמישט גוי'אישקייט און אז מען לייענט עס אויף די אינטערנעט איז מען אין א שרעקליכער סכנה.

מען קען לייענן דעם זעלבן ארטיקל, אויב לייענט מען עס אין א גוי'אישן פלאץ לייענט מען גוי'אישקייט צווישן די שורות, די אויסדרוקן זענען טמא, דער סטיל איז מושך צו גוי'אישקייט, און נאר אז מען לייענט עס דורכגעזיפט און מיט א אידישן טעם איז עס בלויז היסטאריע.

יא, ארטיקלען וואס זענען בעצם כשר, איז א גרויסער חילוק צווישן א איד און א גוי, וואו עס שטייט אין פסוק "אח עשיו ליעקב, ואוהב את יעקב ואת עשיו שנאתי", און ספרי מוסר טייטשן "טאקע דארט ווי יעקב און עשו זענען ברודער, אין דברי רשות, דארט ווואו זיי זענען אייניק, איז פאראן דער עשו וועג און דער יעקב וועג".

אט די דקות'דיגע חילוקים, דארטן וואו עשו און יעקב זענען ברודער, האט א ריזן השפעה!

ב"ה אז דער שטערן איז א גרויסע כח צו אפהאלטן אידן פון דעם אינטערנעט. מיר קענען נישט אפהאלטן די וואס גייען במזיד לייענען טריפה'נע זאכן אויף דעם אינטערנט, ואטו בשופטני עסקינן; אבער די וואס גייען בשוגג לייענען זאכן וואס זיי מיינען אז עס איז מותר, קענען ווערן אפגעהאלטן דורך צוויי חודשליכע אויסגאבעס, מלא וגדוש מיט א הויכן סטאנדארט לייען מאטעריאל, וואס איז גענוי אזי שיין, רייך און צוציענד, און בנוסף צו אלעס כשר און ערליך, און נאך צו די זייט מיט א דבר תורה און א מוסר השכל.

די הויכע קוואליטעט פון דער שטערן איז אלזא דער היינטיגע חנית מיד המצרי...

צען יאר ריין פון יעדן נדנוד איסור

צען יאר איז לכל הדעות א גאר חשובע צייט אפשניט, א חתיכת זמן וואס בארעכטיגט א חשבון הנפש און איבערזיכט איבערן עבר, און א געלעגנהייט צו ציען פון איר מסקנות אויפ'ן עתיד.

צען יאר איז א שטארקער נומער; צען יאר איז אן אנדייטונג אז פילע טויזנטער אידן קוקן ארויס אויף אונזער אויסגאבע און נעמען בלויז דאס אריין אין שטוב.

זינט דער שטערן האט אנגעהויבן ערשיינען איז זי באלד געווארן ווארעם אויפגעכאפט זייענדיג א פאסיגע אלטערנאטיווע צו איבלען פון רעכטס און לינקס, אן אלטערנאטיוו אז מען זאל נישט דארפן נאשן פון טריפה'נע מקורות, און מען זאל זיך נישט דארפן פאטשקען אין מחלוקת שלא לשם שמים.

דער שטערן האט באלד אויפגעבויט א גאר שטארקע באזע פון לייענער, אבער דער שטערן איז קיינמאל נישט געווען צופרידן און האט אייביג געזוכט צו שטייגן, זי האט אייביג געזוכט צו איבערשטייגן אירע אייגענע סטאנדארטן און אנקומען העכער און חשוב'ער, צושטעלן בעסערע קוואליטעט, מער כשר'ע סחורה, מער אויפטאן פאר צעבראכענע אידן און מער תוכנ'דיגע לייען מאטעריאל.

אידישע לייען מאטעריאל איז א פאפירענע חומה פון התבדלות און א מויער אונז אפצוהאלטן פון גוי'אישע און פסולע דעות, יעדע אויסגאבע איז נאך א ציגל אין דער חומה, און ווי שענער, שטארקער און אינטערסאנטער אן אויסגאבע איז , איז זי מער ווירקזאם, און האלט מער אפ מענטשן פון דארפן פאשען אין פרעמדע פעלדער.

לעומת זה איז דער שטערן די אלע צען יאר א חכם המכיר את מקומו, ער ווייסט איר פלאץ, ער יאוועט זיך נישט צו זיין א טאן-געבער און דעה זאגער אין עניני הכלל, און פירט נישט קיינע מערכות, וויסנדיג אז ער איז נישט קיין מדריך פון דעת הקהל און נישט קיין באשיצער פון א געוויסע שטרעמונג; נאר בלויז א געצייג צו צושטעלן כשר'ע לייען מאטעריאל.

צען יאר שטייט שוין דער שטערן. ווען ער איז ארויסגעקומען איז נאך די סכנה פון אינטערנעט געווען אין אירע ווינדלען, די סכנה איז נאך דעמאלט געווען פון געדרוקטע אומאויסגעהאלטענע בלעטער. במשך די צען יאר איז דער שטערן געווארן וויכטיגער און וויכטיגער ווען דער אינטערנעט האט זיך אריינגערוקט און קונה שביתה געווען איבעראל , און נאר דער פאקט אז מען קען לייענען אידישע זאכן אן נכשל ווערן מיט איסור, איז געווען א שטארקער ארגומענט צו אפהאלטן אידן פון אינטערנעט.

וואספארא גרויסע דערגרייכונג איז צו פייערן צען יאר פון אן אויסגאבע, וואס אין משך פון די גאנצע צען יאר קענט איר נישט אנצייגן קיין אויסדרוק פון ביטול אויף קיין שום רב!

וואספארא גרויסע דערגרייכונג איז צו אפצייכענען צען יאר פון אן אקטיווע און וויברירנדע אויסגאבע וואס האט נאכנישט געשריבן קיין איין ברעקל מחלוקת!

וואספארא אומגלויבליכע הצלחה איז אן אויסגאבע וואס קען שטאלצירן מיט צען יאר אויסקומען מיט קראפט אן קיין איין לשון הרע!
א אידישע צייטונג אן קיין לשון הרע? א אידישע צייטונג וואס האט קיין איין גדול נישט אראפגעקלאפט? א אידישע צייטונג ריין פון מחלוקת? יא, מיר האבן עס ב"ה באוויזן.

מיר האבן ב"ה געוויזן אז אויב האקן און האמערן, אויב נעמען א שטעלונג, זאל עס זיין אנטקעגן גוי'אישע קריוודעס, אנטקעגן אומיושר, אנטקעגן שלעכטע ערשיינונג; אבער נישט קעגן אונזערע אייגענער מחנה!

ליידער איז מחלוקת אין צייטונגען נישט קיין נייע ערשיינונג, דאס איז ליידער א חלק פון די צייטונגען ווי מיר זעען אז דער גרויסער לוחם פאר אחדות, שמירת הלשון און מדות טובות, דער גרויסער חפץ חיים זצ"ל באקלאגט זיך בשעתו, אז די צייטונגען זענען די גרעסטע מחרחרי ריב ווי ער שרייבט, "צר לי מאד ממה שנתרבה המחלוקת בישראל, ..והכל בפרהסיא ע"י שמדפיסים גיליונות הרבה לכל צד ומשלחים לכל פינה ופינה, ... הכלל, נעשתה כל הגולה כמדורה של אש, שאין לך יום שאינו מגיע לידי נגד רצוני, עיתונים וגיליונות מכל צד ששופך בוז על צד שכנגדו.. וראיתי לאחד ששמח שמצא עלילה לבזות את חברו, ופרסם את זה בגיליון, אוי ואבוי לשמחה כזו..."

ברוך השם אז "דער שטערן" האט זוכה געווען צו זיין די איינציגע אויסגאבע ריין פון די שווערע פלעקן פון מחלוקת, שפיכות דמים און לשון הרע.

מיר האבן געוויזן אז מען קען יא גיין צוווישן די טראפנס און נישט נאס ווערן זיך האלטן עקשנות'דיגע אוועק פון מחלוקת און מצליח זיין.

פדיון שבויים – א סימבאל פון דער שטערן

די גרעסטע דערגרייכונג פון דער שטערן, מיט וואס זי איז ארויס פון דעם גדר פון בלויז "כשר'ע אידישע לייען מאטעריאל" צו דעם גדר פון אן אויסגאבע וואס שטעלט זיך בראש המחנה און קעמפט פאר וויכטיגע הייליגע זאכן, איז וואס דער שטערן האט געשפילט א גרויסע ראלע אין אנווארעמען אידישע קינדער צו פדיון שבויים, און עפענען די אויגן פון אידן צו די ביטערע ווייטאגן און שווערע קריוודעס פון אחינו בני ישראל.

אין די רייען פון דער שטערן זעלבסט ארבעטן עטליכע אידן וואס זענען פארנומען יומם ולילה מיט עסקנות אין תחום פון פדיון שבויים, און זיי האבן גענומען די אויסגאבע אלס א ווערקצייג צו מעורר זיין דעת הקהל איבער דער מצוה גדולה מכל המצוות שבתורה פון פדיון שבויים – א מצוה פאר וועלכער מען דארף אפילו פארקויפן א ספר תורה.

דער שטערן האט אנגעהויבן זיין מערכה ביים פרובירן צו אויפטרייבן שטיצע פאר א איד וועלכער ליידט ביטערליך שוין אסאך אסאך יארן, נאכ'ן באקומען א פופציג-יאריגן טערמין.

ווען נישט די מערכה פון דעם שטערן צו אראפפארן קיין אייאווע און אויספארשן די ווייטאגליכע פרשת רובאשקין, וואלט דער טייערע קרבן ציבור רבי שלום מרדכי געבליבן א בן בלי שם, א איד פון די מרחקים, נאך א קרבן פון אומיושר'דיגן יוסטיץ.

די נסיעה פון דער שטערן צו דעם ווייטן יאפאן, און די ברייטע אנאליזן און ארטיקלען איבער די טייערע בחורים, האט אויך געטראגן א גרויס געוויכט אין דעם גרויסן רגש וואס האט ארומגענומען די אידישע גאס און ערמעגליכט צו באפרייען די בחורים (זאל הקב"ה העלפן אז ווען איר לייענט די שורות איז שוין יעקב יוסף בן רייזל אויף די פריי. אוי, עס איז שוין העכסטע צייט.)

די מערכה פון דער שטערן צו פארטיידיגן מיכאל יחיאל גראסמאן, האט ליידער נישט געברענגט די תוצאות, אבער האט געברענגט א קידוש ה' און געוויזן מיט די שטארקסטע קאלירן די געפילן וואס אידן האבן צו יעדן שה אובד.

יעצט, אין דער פאריגער אויסגאבע האט דער שטערן אנגעהויבן א מערכה צו פארטיידיגן באצייטנס א איד וואס עס ווארט אים טויט שטראף ל"ע, און אויפטרייבן שטיצע צו ראטעווען זיין לעבן, און אין די יעצטיגע טעג רופן זך מאסן אידן אן ווארעם צו ראטעווען א נפש אחת מישראל.

וויפיל עדיטאריעלס און זייטיגע ארטיקלען זענען נאך ערשינען צו געבן א נייע בליק איבער פדיון שבויים, צו אויפקלערן אז די סיסטעם איז אומ'יושר'דיג און אז מען טאר נישט גלייבן די רעגירונגס ווערסיע און אפ'פסלען אידן גלאט אזוי. דער שטערן האט אסאך געהאלפן אז מיר זאלן אלע וויסן אז "לאו מפיהם אנו חיים" מיר פארלאזן זיך נישט אויף דעם איינזייטיגן בליק פון די אנקלעגער און יוסטיץ סיסטעם, נאר זענען דן לכף זכות און העלפן אונזערע געפייניגטע ברידער.

החלוץ בראש המחנה – די ערשטע אויסגאבע צו שטיין אונטער א פיקוח והכשר

דער גולת הכותרת וואס דער שטערן האט אויפגעטאן איז דער "הכשר" וואס ער האט גענומען, און מיט דעם געשטעלט א פרעצעדענט אז לייען מאטעריאל דארף זיין אונטער א פיקוח.

דער שטערן האט מיט דעם גענומען א רעוואלוציאנערנדן מהלך, א נייע דורכבראך וואס קען ברענגען גאר גרויסע פאזיטיווע רעאקציעס אין די גאנצע אידישע לייען-מאטעריאל מארקעט. שטעלט אייך פאר וויאזוי וואלט די אידישע מידיא אויסגעזען ווען אלע אויסגאבעס שטייען אונטער א הכשר.

וויפיל עגמת נפש און מחלוקת וואלט פארמיטן געווארן ווען יעדע איינציגע צייטונג מוז איבערגיין א דעת תורה? וויפיל מיליאנען דאלארן ווערט אין מחלוקת, וויפיל מיליאנען שעות ביטול תורה און אזוי ווייטער?!

מיר זענען שטאלץ צו דערלקערן אז די קאמפיוטערס אין דעם אפיס פון דער שטערן זענען געפילטערט מיט א דאפלטן פילטער, אין צוגאב צו אן "עין רואה" פראגראם וואס שיקט א טעגליכן באריכט צום חשוב'ן משגיח שליט"א, וועלכער קוקט איבער אלע ארטיקלען וואס גייען אריין אין "דער שטערן." אויף די אנווייזונגען פון די רבנים הגאונים שליט"א וועלכע געבן א השגחה אויף דער שטערן האבן מיר געמאכט א "שמירה מעולה" וואס עס איז נישטא אין קיין שום אנדערער צייטונג.

אין די לעצטע עטליכע וואכן האט דער שטערן אנגעהויבן א נייעם קאלום, וואס דערגרונטעוועט זיך אין די מהלכים און דרכי הלימוד פון גדולי תורה. דער דאזיגער קאלום איז פול מיט אהבת התורה וחדוותא דשמעתא – און ווי מיר ווייסן האט א גאר חשובער ראש ישיבה גערעדט צו די בחורים "אויב לייענען, לייענט דעם תורה'דיגן מאמר אין דער שטערן".

ועוד היד נטויה

איז דער שטערן אנגעקומען צום שלימות? איז זי אן אויסגאבע גענצליך אויסגעהאלטן?
דער שטערן זוכט צו זיין אויסגעהאלטן, די רעדאקטארן זוכן גוטס, און מען צילט צו זיין ערליך און כשר.
עס איז קיינמאל נישט שייך יוצא צו זיין פאר יעדן, מיר כאפן פון ימין און פון שמאל, מיר כאפן פון מאדערנע און לינקע עלעמענטן וועלכע קריצן מיט די ציין צו זען א פארגעשריטענע, שיינע שטארקע אויסגאבע גענצליך כשר וואס דערוואגט זיך נאך צו פעסט פארטיידיגן אידן פון קריוודעס.

מיר כאפן אויך פון רעכטס, פון אזעלכע וואס האלטן אז מיר זענען נישט גענוג כשר, און פאדערן העכערע סטאנדארטן פון אזא חשוב'ער אויסגאבע. גאר אפט זענען מיר אין דילעמעס, מיר מוזן בלייבן אויף א הויכער ניווא. לעומת זה קען מען אבער נישט שרייבן אבי וואס, נאר מיט דעת תורה קענען מיר מאנעווירן, און האלטן א ערליכע אויסגאבע וואס איז די שטארקסטע אלטערנאטיווע צו די דרויסנדיגע איבלען, איר האלטן אינטרעסאנט און ערליך , פארגעשריטן און אויסגעהאלטן.

און מיר ווילן בעטן אונזערע טייערע לייענער און מיר מוזן קלאר מאכן: מען קען נישט יוצא זיין יעדן, כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות, מיר קענען נישט נאכקומען יעדן איינעמ'ס דעות.

מענטשן האבן פארשידענען מיינונגען, אידן זענען גאר אויסדערוועלט מיט דעם אז יעדער איד האט א מיינונג און ווען עס קומט צו מענטשן וואס לייענען און זענען אקטיוו און פארמאגן מיינונגען איבער זייערע אויסגאבעס זענען די מיינונגען גאר פארשידנארטיג און פילפארביג.

א חשוב'ער תלמיד חכם וועלכער לייענט דורך בעיון די עדיטאריעלס מאמרים האלט שטענדיג פאר דעם שרייבער פון די שורות "פארוואס לייגט איר אריין אזויפיל פסוקים, מאמרי חז"ל לשונות ספרי קודש, אידן לייענען דאך דאס במבואות המטונפות" – און גלייכצייטיג זאגט א חשוב'ער רב צום זעלבן שרייבער, "די מעלה מיט אייערע מאמרים איז אז איר ברענגט שטענדיג א מאמר חז"ל, א לשון פון א מקור מרבותינו הקדושים און איר שרייבט נישט בלויז פון אייגענע סברה", והאיך יתקיימו שניהם?

חשובע אידן אייסערן זיך, "שרייבט ווי ווייניגער תורה און מוסר, איר דארפט וויסן איר זענט בלויז א צייטונג, תורה און מוסר זאלן זיי לערנען אין ישיבה.." און ערליכע אידן פאדערן אין דער זעלבע צייט " די ביסל מאמרים פוןתורה, היסטאריע פון גדולי ישראל און ענליכע זענען די בעסטע חלקים, דאס איז וואס איר דארפט, זייט מרבה מיט דעם."

עס איז נישט שייך אז יעדער זאל זיין צופרידן, אבער עס איז אויך קלאר אז מיר זוכן צופרידנשטעלן די חשוב'ע לייענער, און די ערנסטערע לייענער ווי רבנים ומחנכים. אדרבה, מיר קוקן ארויס צו הערן די מיינונגען פון די חשוב'ע לייענער. שיקט אריין א בריוול, קלינגט אן, מיר זוכן צו הערן אייער מיינונג און פארריכטן און אויפהייבן די מדריגה פון דער אויסגאבע על פי הוראת הרבנים שליט"א

עס איז אונזער תפילה און בקשה אז דער שטערן זאל ווייטער שטייגן אלס אן ערליכער אויסגאבע, ווייטער צושטעלן ערליכע, כשר'ע און תוכנ'דיגע סחורה, און צופרידנשטעלן דעם ציבור מתוך מנוחה והרחבת הדעת, ויהי נועם ה' אלוקינו עלינו שישרה שכינה במעשי ידינו.

לאמיר בקרוב זוכה זין צו קול מבשר ואומר, קול שופר של מלך המשיח, יראו עיננו וישמח לבנו בישועתו יתברך במהרה בימנו אמן.[/justify]
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר