קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

שליחה דורך אבטולמוס »

איך וויל אביסל אויסשמועסן אן ענין וואס צעשטערט מיין מנוחה, און כ'האף אז דער עולם וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן מיינע געדאנקען. יעדער ווייסט אז אין די בראשית-יארן אין אמעריקע האט דער סאטמארער רבי ז"ל אפגעקויפט די צייטונג "דער איד" פון דר. אהרן ראזמארין ע"ה, און האט מיט דעם געגרינדעט דעם "ארגאן פון דעם אומאפהענגיקען ארטאדאקסישען אידנטום" – די צייטונג וואס איז דער שופר פון אלע ערליכע אידן איבער דער וועלט, און רופט אויס די דעת תורה האמיתי פון דעם יהדות הצרופה ע"ד רבותינו הק', בלי שום שינוי כלשהו.

"דער איד" איז געפירט געווארן דורך דעם רבי'נס לייב-גווארדיע, די אויסגערופענע חכימא דיהודאי'ס, און יעדער ענין איז דורכגערעדט געווארן מיט'ן רבי'ן אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן אויף טויזנט און איין פראצענט. פאר אונז קליינע מענטשעלעך, פשוט'ע אייז-קריעם און פרעצל פרעסערס, איז נישט מעגליך משיג צו זיין די כוונות פון א צדיק אמת, ווי יעדע זאך האט א פשט און א באדייט וואס מיר קענען בכלל נישט אפשאצן.

די רעדאקציע פון "דער איד" האט זיך טאקע געהאלטן געטריי די אלע יארן, און זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהו פון דעם מהלך וואס דער רבי האט איינגעפירט. אז דער רבי האט געוואלט אז עס זאל שטיין "אומאפהענגיק" אויף דער ערשטער זייט, זאלן זיך שמים וארץ איבערקערן, זאל דער אמת זיין אזוי קאפויער ווי דעם הר כגיגית, אבער "אומאפהענגיק" וועט שטיין. דאס זעלבע מיט די אנדערע מנהגים פון "דער איד" וועלכע פירן זיך גענוי ווי דער רבי ז"ל האט געוואלט.

עס צעברעכט אבער דאס הארץ צו זען ווי אז מנהג וואס איז אנגעגאנגען אלע יארן וואס דער רבי האט געלעבט און האט אנגעהאלטן ביז'ן היינטיגן טאג ווערט בשאט נפש ארויסגעשליידערט פון פענסטער אין די יעצטיגע טעג. עס איז א פאקט אז די נומערן פון "דער איד" וואס דער רבי האט געהאלטן אין זיינע הייליגע הענט זענען אלע געווען א בכבוד'יגן גרויסן סייז. מיר קליינע מענטשעלעך קענען ניטאמאל משיג זיין וואס די כוונה פון דעם רבי'ן איז געווען מיט'ן שטיין בראש פון א צייטונג וואס האט זיך געדרוקט דווקא אויף אזא סייז פאפיר, אבער וואס מיר דארפן יא וויסן אז מיר זענען נישט בכוח צו פארשטיין, און מיר קענען נישט משיג זיין! ווי קענען קומען שרייבערלעך אין יאר תשע"ו – מער פון 36 יאר נאכ'ן רבי'נס פטירה, און משנה זיין דעם סייז פון "דער איד"?!

צי ביסטו גענוג קלוג צו וויסן פארוואס מ'האט אוועקגעשטעלט דווקא דעם סייז? צי ביסטו גענוג הייליג זיך צו קענען קריגן מיט'ן רבי'ן? האסטו צוזאמענגעזעצט א בי"ד וואס איז גדול בחכמה ובמנין (ח"ו) פון פריערדיגן דור און מחליט געווען משנה צו זיין וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע?

דאס פנים פלאמט פון בושה ווען מען לייענט די פוילע תירוצים פון דער היינטיגער רעדאקציע פון "דער איד": "ס'איז היינט א וועלט וואו אלעס ווערט צוזאמענגעצויגן צו וואס קלענערע מאסן." הערט איר ווערטער? "ס'איז היינט א וועלט!" זינט ווען שטעלט מען זיך צו צו דער היינטיגער וועלט?! יא, מיר ווייסן זייער גוט ווי ביטער דער מאראלישער מצב איז איבער דער וועלט, ווי יעדעס ביסל ערנסטקייט און חשיבות פון אמאל ווערט אויסגעריסן אין נאמען פון דעמאקראטיע. ווען אמאל האט יעדער גוי פארשטאנען אז מ'גייט מיט הוט און רעקל, האבן מיר היינט א פרעזידענט וואס ווארפט אראפ פון זיך דעם עול פון ערנסטקייט, און זיצט אין אוועל אפיס מיט א בלויזן העמד. די זעלבע אנשים משוקצים, די מאראליש-געפאלענע יונגען, האבן מחליט געווען אוועקצואווארפן די ערנסטקייט פון דעם געדרוקטן ווארט, און זיי, זיי גייען מיר נאכטאנצן?! ווייל די טמא'נע גוי'אישע צייטונגען האבן געטוישט זייער סייז דארפן ערליכע אידן דאס נאכטאנצן?! ווי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידיש"ט זיך?!

און נאך ארגער, האט דאס אפשר א שייכות מיט דעם וואס דער ציוניסטישער "המודיע" איז געפאלן עשרה מעלות אחורנית און האט געטוישט צו דעם קליינעם סייז?

עס איז ליידער א ביטער געלעכטער ווי די רעדאקציע פון "דער איד" פארזיכערט אז "מ'האט פאר די אויגן די פרינציפן פאר וועלכן דער איד איז געגרינדעט געווארן," אין דער צייט וואס מ'טרעט אויף די סאמע יסודות!

מיר קענען קיין סך נישט טון, אבער מיר דארפן אויפהייבן א קול מחאה, און בעטן בדורן תפילה ומלחמה אז מ'זאל חלילה נישט אנגיין מיט'ן שטויסן אויף אונזער הייליגער מסורה, און מ'זאל זיך האלטן ביי דעם דרך וואס דער רבי ז"ל האט אונז געלערנט, אן ח"ו נוטה זיין ימין ושמאל.

ובזכות זה וועלן מיר זוכה זיין צו שנה טובה ומתוקה, אויף די אמת'ע הייליגע דרכים וואס מיר האבן געלערנט, אמן כן יהי רצון.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר