נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:22 am

אזוי ביי יעדער גרופע, דארף זיין אויסער פרינציפן, אויך א גייסט. קאווע שטיבלס פרינציפן זענען אפשר זייער ברייט, אבער דער גייסט דא איז היפש שמאל. אויך דער פאקט אז גוטע ארטיקלען דא ווערן נישט סארטירט און באקומען נישט קיין אפעציעלער אויבן אן אינעם שטיבל העלפט נישט צום פאפולערקייט און זיכער נישט אז שרייבער זאלן האבן חשק צו שרייבן. ווי עס קוקט אויס וויל למען דעת פארפילן די צוויי לעכער, דורך געבן אן אויבן אן פאר די ארטיקל שרייבער, און שאפן א ברייטער רוח. צו עס וועט זיי געלונגען צו נישט ווייס איך נישט. אויב זענען זיי אונזערע אמאליגע גדולי קאווע שטיבל דאן לייג איך נישט אזא גרויסע האפענונג דערויף, ווייל רובם זענען דאכט זיך נישט קיין פלייסיגע ארגאניזירער, און זייער ווייט פון למעשה.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1547 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:19 am

http://lemaandaas.com/about/

למען דעת איז א אידיש/ענגליש אנליין מאגאזין פאר חסיד׳ישע אידן וואס זיכן זיך אונטער צו האלטן מיט אונטערעסאנטע אינטעלעקטואלע ליין מאטריאל פון א הויכן קוואליטעט, ווי אויך האבן מיר א פורום ווי די באניצער פון אונזער סייט קענען זיך אדורך שמועסן צווישן זיך. מיר ווידמען דאס מערסטע טייל פון אונזער אינהאלט פאר אינהאלסטרייכע ארטיקלען איבער א רייכן אויסוואל פון נושאים פון געזונט און פינאנץ ביז טעכנעלאגיע און וויסענשאפט און א לאנגע ליסטע אינדערמיט, ווי אויך דעקן מיר קראנטע איצטיגע אידישע און וועלטליכע נייעס’ן פון ארום דער וועלט.

מיר פארשטייען די אחריות צו פובליצירן נאר אויסגעהאלטענע כשר’ע ליין מאטריאל אן קיין חשש מחלוקת אדער רכילות אויף קיין שום איד נישט קיין חילוק צו א יחיד אדער א רבים, דערפאר מאכן מיר א קבלה טובה ברבים נישט צו באריכטן קיינע נייעס אויף קיין שום פארמאט וואס קען וויי טוהן אדער שאדן מאכן פאר קיין שום איד אויף סיי וואס פאר אן אופן. די רעדאקציע פון למען דעת פארשפרעכט צו אנהאלטן און הייבן די הויכע סטאנדארטן פון אידישע ליין מאטריאל הן לגבי די קוואליטעט פון די שרייבווערק אין די ארטיקלען און נאך מער לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון די תוכן דערפון.


ווי ברייט און אפן קען דאס שוין זיין?

זעהט אויס ווי די מענער פון אייוועלט האבן חתונה געהאט מיט די פרויען פון מעלות און געבוירען למען דעת.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1418 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:28 am

אז מרעדט נישט קיין רכילות און מגיט אכטונג נישט וויי צו טוען א צווייטען קען מען נישט זיין אפן ? מוחל דיין אפנקייט!!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך סופר » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:17 pm

איך קען נאך נישט וויסן וואס עס גייט ווערן דערפון, אבער עס קוקט אויס ווי זיי מיינען עס ערנסט. זיי האבן געענטפערט אויף קאמענטס, פארראכטן עטליכע טעותים, איבערגעשריבן דעם הקדמה, און ארויף געלייגט א פרישע פאוסט היינט. לאמיר זען וואס עס ווערט דערפון...

גראדע קוקט אויס ווי זיי פלאנען עפעס מער פון א פשוטע פארום און בלאג, זיי פאררופן זיך אלס מאגאזין גאר...
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:48 pm

איך גלייב אז ביז געציילטע טעג וועט נתלבן ווערן צו זייער ציהל איז
וערומים יכתרו דעת,
אדער ו'דעת מזומות אמצא.
צו גאר אין א מצב פון ועץ ה'דעת טוב ורע...

זאל עס זיין למען דעת כי אין עוד מלבדו.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1312
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:52 pm

לאמיר לערנען פשוט פשט:
למען דעת - כל 'עמי הארץ'... :D
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15176 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:29 pm

ער שרייבט אז ער האט פליצלינג באקימען טרעפיק פון די גאנצע וועלט אהן געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבעל וואס האט אהין געשיקט די טרעפיק. חוצפה!!!

ער שרייבט
 
אבער זעהנדיג די ווארימע אפרופן פון די פרייליכע טרעפער פון אונזער זייטל וועלן מיר אין די קומענדיגע טעג פובליצירן אונזער ערשטער אינטערוויא וואס מיר האבן געהאט מיט א חשוב׳ע וויכטיגע ארגעניזאציע וואס שטייט פאר א וויכטיגן צוועק אין אונזער געמיינדע און מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן

לויט ווי איך הער איז די "חושב'ע וויכטיגע ארגעניזאציע" yaffed, און די אינטערוויא גייט זיין מיט נפתלי מאסטער
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5282 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:39 pm

אויב ער ברענגט מאסטער גלייך ביים אנהייב מסתמא איז מאסטער דער אנדרייער פונ׳ם סייט כדי מיט א פרומען שלייער אריינכאפן אומשולדיגע נשמות אין נעץ אריין, אנדערש פארוואס זוכט ער זיך צרות אז משומר זאל בלאקן זיין סייט און ער וועט נישט מאכן קיין געלט פון אדווערטייזמענט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:32 pm

ארטיקעל מיט מאסטער איז יעצט געווארן ארויף געשטעלט
http://lemaandaas.com/%D7%90%D7%9F-%D7% ... %90%D7%A1/
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5282 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:15 pm

@ראשעקאל למען דעת באדאנקט אייך ביים נאמען (און לינקט צו קאווע שטיבל) אין זיין לעצטיגע פאוסט.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2284 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:46 pm

תכלית, איינער האט א מושג צו די וועבזייטל איז סוקסעספול? [איך בין בלאקירט].
@ראשעקאל
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15176 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:48 pm

טויט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5282 מאל

הודעהדורך סופר » מאנטאג יאנואר 25, 2016 2:39 pm

איך האב יעצט געזען אז ער האט געפאוסט עפעס א ראדיקאלע פאליטישע/עקאנאמישע ארטיקל, איך האב געוואלט קאמענטן אבער קאמענטס זענען דיסעבלד און מען מוז זיך איינשרייבן צו דעם פארום און קאמענטן דארט, איך בין נייגעריג פארוואס ער האט אנגעהויבן מיט אזא ארטיקל, האט עס נאך איינער דא געליינט?
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » מאנטאג יאנואר 25, 2016 7:16 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....

שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"... :lol: :אומגלויבליך:

נישט ריכטיג!
ס'איז דא געניג חבירים דא וואס אינטערעסירט נישט אנטי ציוניזם וכדו', זענען נישט אויפגעצויגען געווארען אין הארץ פון וויליאמפעסט וכדו' אבער פארט געהאט א געזינטע חינוך, זיי שטערט גענוג וואס מאנכע דא אין שטיבל זענען אזוי אויסגעשפראכען קעגען יעדע נארמאלער אידיעלאגיע מיט וואס מ'האט אונז אויפגעצויגען! בכלל נישט קיין עקסטרים, נישט א גרויסע היט און נישט קנאבעל עסאכץ, ווי אזוי די ווילסט עס רופען - גענוג ברייטע קעפ דא וואס פארטראגען מדע מיט א טיפקייט און ווייסען אסאך היסטאריע באדערט דעם האס וואס ליגט באגראבען ביי אסאך פון אונז קעגען 'חרידיזם'

עס איז נישט די שמועס דא, און אפשר בעסער בכלל נישט מאכען פון דעם א שמועס, אבער די פאקט איז עס איז א חילוק ווען איינער רעדט פון ווייטאג צו איינער וואס רעדט מיט האס! יעדער פון אונז - כמעט - איז באטראפען פון 'חרידיזם' מיט איהרע באבאס, אבער סטאפ די היעט! (איך הענג נישט קיין סיין ווייל טראמפ וועט הייסען מיך ארויסטראגען פון דאנעט) אבער רעדען פון ווייטאג טיט קיינעם נישט וויי דא סיידן מ'איז אינגאנצען אויף דיין זייט צי נישט.

אלענספאל 'למען דעת' האט א טשענס, און אויך ק"ש האט :wink:
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

הודעהדורך מארמאראשער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:46 pm

פארוואס איז למען דעת שטיל?
מארמאראשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך Chasidishmashpia » דינסטאג יאנואר 26, 2016 6:13 pm

נו ווי האלט עס דארט?
Chasidishmashpia
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך סופר » מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:21 pm

איך ווייס נישט וואס עס גייט ווערן דערפון, עס איז באמת שווער צו זאגן ווייל עס קוקט אויס צו זיין זייער שטיל, אבער איך גלייך זייער זיין איידיע צו מאכן א מאגאזין פאר אונטערסאנטע ארטיקלען און א פארום עס איבער צו שמועסן, איך מיין אבער אז ער דארף בעסערע טאפיקס פאר זיינע ארטיקלען.
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

הודעהדורך ביליג » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:16 pm

למען דעת איז אפגעשפארט ?
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:37 pm

Yep שוין לאנג!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1018
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט