מאנטרעאלע צייטונג "דער מאמענט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

מאנטרעאלע צייטונג "דער מאמענט"

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]אין מאנטרעאל ערשיינט שוין א גאר אינטערסאנטע צייטונג פאר עטליכע יאר, זיי פארמאגן אינטערסאנטע נייעס, און דעקן די היימישע נייעס אן צופיל גארבעדזש ווי געזען אין די צייטונגען דאהי.

זיי זענען זייער צום פינטל און פארמאגן שיינע אנאליזן איבער דאס און יענץ און גאר אפט עדיוקעטן זיי די מאנטרעאלע געמיינדע מיט ארטיקלען וויאזוי די פאליטישע סיסטעמען אין קאנאדע ארבעט און ביעגראפיע ארטיקלען איבער קאנאדישע פירער.

די צייטונג ווערט געשריבן דורך מאנטרעאלע טאלאנט און ווערט פארטיילט ביי די טירן יעדע צוויי וואכן, זי איז רעזערווירט און ווערט ארויסגעגעבן דורך די מאנטרעאלע מוסד "ילדי" וועלכע געבט זיך אפ מיט קינדער אין ספעציעלע געברויכן.


זיי האבן א אידישע און ענגלישע אפטיילונג סערווירנדיג אויך די ענגליש רעדנדע קרייזן.

לעצטענס קען מען עס באקומען אויף אימעיל און דאס איז די סיבה פארוואס איך עפן די אשכול, איך וויל מיטטיילן פארן ק"ש פאלק, וועלכע גלייכט צו ליינען און זען ובפרט א אויסגאבע אויף אזא הויכע קאליווער.

שיקט און אימעיל צו info@dermoment.ca און סובסקרייבט.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר