פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 07, 2018 9:33 pm

געוואלדיג און טמיר:. עטץ זענטץ ביידע גערעכט. נאר די קשיא איז בעצם נישט קיין קשיא. ווייל ס'האט צו טון מיט'ן אפשטאם. פון וולעכע געגנט און פון וועלכע מדינה איינער קומט. פונקט אזוי ווי אין די יו.עס., זענען דא פארשידענ אקצענטן אויסשפרוכן. וואס עטליכע זענען אזוי שטארק אפגערוקט איינער פון צווייטן אז א מענטש פון איין געגנט קען כמעט נישט פארשטיין איינעם פון די אנדערע געגנט. למשל. א ניו ענגלאנד'ער מיט איינעם פו די דיעפ סאוטה וועללן זיך כמעט נישט קענען פארשטיין...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:14 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 12:41 am

לכבוד אונזער הויכגעשעצטער ווערטער גורו (אדער לפי שבת: גרעמער נאצי...) ה"ה הרה"ח הישיש ר' @berlbalaguleh שליט"א.

אחדשה"ט באה"ר, באנו להתחנן על נפשנו, אני ועוד ניק חשוב ה"ה דער גאלדענע אדלער הי"ו, המנגחים זא"ז בהלכה כדרכה של תורה בפי' המילה "בילי" בלע"ז, זה אומר שהוא כלי קטן שהי' מונח אצל כרעי המיטה באמצע הלילה במדינותנו במזרח אירופא מוכן לאותו דבר שאין מכניסין במקדש מפני הכבוד, וזה אומר שהוא כלי חינוך לקטנים דהיינו כלי שרת לקבל מקטנים שיירי מנחות ולחנכם עי"ז למצוות ומעשים. והסכמנו בינינו בתיבת אישי להצטרף מע"כ אלינו בזבל"א, וילמדנו רבנו וינחינו ע"ד אמת, והכל על מקומו יבא בשלום.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2121 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:34 am

שלום רב להאי גברא רבא (ראבעה/ראביי) בעהמחב"ס שו"ת זאב יטרף...שורש המילה..."בילי"...זה בשפה ההונגרית. וזה בין לגדולים ובין לקטנים. תרתי משמע...! אצל הגדולים זה היה מונח אצל כרעי המיטה לצורך שימוש באמצע הלילה. כמו שכתוב במגילת אסתר..."בערב היא באה, ובבוקר היא שבה". מפני ש'הבתי כיסאות שבימיהם (שירותים, בלשון השפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא.), היו נמצאות בשדות. ומפני המזיקין...!

וזה מנהג ותיק.במיוחד אצל יוצאי מדינת הונגרי' כמו טשיללאר. וראפאגאש בארכעס. ו' קאקא'אש קעיק. שצריך להיות בכל בית יהודי. והעניים היו קונים את הכלי הנקרא.."בילי"...מכלי מתכות עם כיסוי הנקרא ..."גלאזור"...וכתוצאה מכך נולדה שאלה בענייני הלכה. האם צריך לקנות כלי חדשה ל'פסח.(זה היה עוד בימי קדם. לפני הולדת האי חברייא קדישא של מזכי הרבים..."נר מצוה"... או אפשר להגעיל אותה (תרתי משמע) ברותחין. ודיו. (פי' מספיק. בשפה הטמאה רח"ל.). ובבתי עשירי עמנו הע"י, השתמשו בכלי זכוכית. ואז נעלמה השאלה לגבי שימוש בחג הפסח...ואם היה המפעל החשוב שנקרא בימינו בשם ..."בינגא"... אני בטוח שאנשי שלומי עמנו היו עוד משתמשים בכלי היקר הזה. כי הם בטח היו מוכרים אותה במחיר השוה לכל נפש (וגוף)...!

ואני גם שולח בזה דרישת שלום להאי נשר הגדול..."תור הזהב"...הנקרא בלשון אידיש-דייטש.."דער גאלדענער אדלער"... כי זה שלשים יום אשר לא נקראתי לבוא אל המלך. ואני מתגעגע להשיעורים ב'לעזי חומש ורש"י שלמדנו ביחד בגירסא דינקותא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:41 am

ייש"כ ר' בערל פארן אויסקלארן. אינטערעסאנט אז אין אזעלעכע שפעטע נאכט שעות און די קאפ מיט די האנט ארבייט פיין ב"ה. אדער אפשר גאר איז שוין ביי אייך דער פרי מארגן.
דער גאלדענער אדלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 2224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:59 am

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער דער קאפ און די הענט ארבעטן ב"ה בחסדי השי"ת גאנץ פיין אין די שפעטע נאכט שעות. ווייל דאס איז דאך אן אינטעגראלער חלק פון מיין לעבן. דאס באליבטע קאווע שטיבל. צו ליינען די שאלות און ענטפערן די תשובות פון עמך בני ישראל הקדושים. ה' עליהם יחיו. כה יתן ה' וכה יוסיף. אז מ'זאלל קענען אנגיין ווייטער אויך מיט דעם מנהג טוב.דרך אגב. וואס הערט זיך אין די בלע"ז'ן פון רש"י דעפארטמענט. צי זענען שוין אלע מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פארענטפערט געווארן...?

מיין טאטע, ע"ה פלעגט צו זאגן..."ווען מ'זאלל צאללן פאר דעים, וואלט דאך גאר גוט געווען"...! אשר על כן מוז מען דאך ארויסגיין א ביסל ארבעטן פאר פרנסה. אבער ווען נישט פאר די סיבה, (אדער אפשר וועטציך נאך טרעפן עפעס אן עושר וואס האט איבעריג געלט, און ער וועט אויפשטעללן אן אוניווערזיטעט (על טהרת הקודש, פארשטייצעך) וואלט איך געזיצן און געחקר'ט דעם שורש פון ווערטער אין א סאך שפראכן...!. למשל אידיש. אדער אז ס'איז דא א געמיינזאמער שורש פאר א סאך ווערטער פון הונגאריש און ספאניש...! און אז א גרויסע צאל ווערטער אין די ספאנישע שפראך שטאמען פון לשון הקודש...!

דער אייבישטער האט איינגעטיילט די וועלט אין פארשידענע חלקים. ס'זענען דא מענטשן וועים ס'אינטרעסירט זייער שטארק צו די מעטס האבן אריינגעבאכעט אין די יענקיס. אדער אז די דזשעטס האבן באזיעגט די דזשייענטס. און זיי זענען עוסק אין דעם חקר, יומם ולילה. נאכדעים אז דא אזעלכע ברואים ווי איך. וועלכע האבן זייער שטארק ליעב צו דערגיין דעם שורש פון ווערטער...און שפראכן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 3:26 am

berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער דער קאפ און די הענט ארבעטן ב"ה בחסדי השי"ת גאנץ פיין אין די שפעטע נאכט שעות. ווייל דאס איז דאך אן אינטעגראלער חלק פון מיין לעבן. דאס באליבטע קאווע שטיבל. צו ליינען די שאלות און ענטפערן די תשובות פון עמך בני ישראל הקדושים. ה' עליהם יחיו. כה יתן ה' וכה יוסיף. אז מ'זאלל קענען אנגיין ווייטער אויך מיט דעם מנהג טוב.דרך אגב. וואס הערט זיך אין די בלע"ז'ן פון רש"י דעפארטמענט. צי זענען שוין אלע מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פארענטפערט געווארן...?

מיין טאטע, ע"ה פלעגט צו זאגן..."ווען מ'זאלל צאללן פאר דעים, וואלט דאך גאר גוט געווען"...! אשר על כן מוז מען דאך ארויסגיין א ביסל ארבעטן פאר פרנסה. אבער ווען נישט פאר די סיבה, (אדער אפשר וועטציך נאך טרעפן עפעס אן עושר וואס האט איבעריג געלט, און ער וועט אויפשטעללן אן אוניווערזיטעט (על טהרת הקודש, פארשטייצעך) וואלט איך געזיצן און געחקר'ט דעם שורש פון ווערטער אין א סאך שפראכן...!. למשל אידיש. אדער אז ס'איז דא א געמיינזאמער שורש פאר א סאך ווערטער פון הונגאריש און ספאניש...! און אז א גרויסע צאל ווערטער אין די ספאנישע שפראך שטאמען פון לשון הקודש...!

דער אייבישטער האט איינגעטיילט די וועלט אין פארשידענע חלקים. ס'זענען דא מענטשן וועים ס'אינטרעסירט זייער שטארק צו די מעטס האבן אריינגעבאכעט אין די יענקיס. אדער אז די דזשעטס האבן באזיעגט די דזשייענטס. און זיי זענען עוסק אין דעם חקר, יומם ולילה. נאכדעים אז דא אזעלכע ברואים ווי איך. וועלכע האבן זייער שטארק ליעב צו דערגיין דעם שורש פון ווערטער...און שפראכן...!
ר' בערל; זעהט אויס אז כ'האב נישט צו פלייסיג געלערענט לעצטענס מילא האב איך נישט קיין פראבלעמען מיט די בלע"ז'ן פון רש"י הק', אבער עוד חזון למועד אדער ווי די פוילע חברה זאגן "מארגן מארגן נישט היינטע זאגן אלע פוילע לייטע, זאג איך עס גוט נאך? אדער ווי די כולל אינגעלייט זאגן ווען כ'וועל געווינען די לאטערי וועל איך ארויסגיין פון כולל און מיך זעצן לערנען
דער גאלדענער אדלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 2224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 3:31 am

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט. א גוטע נאכט. מ'מוז גיין ליינען קריאת שמע שעל המיטה. א גוטע נאכט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 5:48 am

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום רב להאי גברא רבא (ראבעה/ראביי) בעהמחב"ס שו"ת זאב יטרף...שורש המילה..."בילי"...זה בשפה ההונגרית. וזה בין לגדולים ובין לקטנים. תרתי משמע...! אצל הגדולים זה היה מונח אצל כרעי המיטה לצורך שימוש באמצע הלילה. כמו שכתוב במגילת אסתר..."בערב היא באה, ובבוקר היא שבה". מפני ש'הבתי כיסאות שבימיהם (שירותים, בלשון השפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא.), היו נמצאות בשדות. ומפני המזיקין...!

וזה מנהג ותיק.במיוחד אצל יוצאי מדינת הונגרי' כמו טשיללאר. וראפאגאש בארכעס. ו' קאקא'אש קעיק. שצריך להיות בכל בית יהודי. והעניים היו קונים את הכלי הנקרא.."בילי"...מכלי מתכות עם כיסוי הנקרא ..."גלאזור"...וכתוצאה מכך נולדה שאלה בענייני הלכה. האם צריך לקנות כלי חדשה ל'פסח.(זה היה עוד בימי קדם. לפני הולדת האי חברייא קדישא של מזכי הרבים..."נר מצוה"... או אפשר להגעיל אותה (תרתי משמע) ברותחין. ודיו. (פי' מספיק. בשפה הטמאה רח"ל.). ובבתי עשירי עמנו הע"י, השתמשו בכלי זכוכית. ואז נעלמה השאלה לגבי שימוש בחג הפסח...ואם היה המפעל החשוב שנקרא בימינו בשם ..."בינגא"... אני בטוח שאנשי שלומי עמנו היו עוד משתמשים בכלי היקר הזה. כי הם בטח היו מוכרים אותה במחיר השוה לכל נפש (וגוף)...!

ואני גם שולח בזה דרישת שלום להאי נשר הגדול..."תור הזהב"...הנקרא בלשון אידיש-דייטש.."דער גאלדענער אדלער"... כי זה שלשים יום אשר לא נקראתי לבוא אל המלך. ואני מתגעגע להשיעורים ב'לעזי חומש ורש"י שלמדנו ביחד בגירסא דינקותא...!


לא"ל גמור אויף יעדען דיבור ודיבור.

אבער אונז היימישע יודען ווייסען צו זאגען אז רביה"ק זי"ע (נישט דער פון ק"ש, נאר מרן מ'סאקמיר זי"ע...) וואס אורייתא קא מרחתי ביה האט זיך מוסר נפש געווען אין די פראסטיגע יוראפעישע ווינטער נעכט און איז ארויסגעגאנגען פאר לאנגע שעות אלס נקיות גופו הק' בכל זאת.

דרך אגב, די וועלט זאגט אז מאדז'יאראל איז אנדערש בשורשו פון רוב אנדערע שפרייכן און האט טאקע ווייניג ענליכקייטן צו אנדערע כידוע. דאס ווארע א ריכטיגע אבסערוואציע, ערעב בערעל?
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2121 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:26 pm

וואלווי: קודם א ייש"כ. דאס וואס דו זאגסט וועגן מאד'זשאראל/אונגעריש בלע"ז איז 100% אמת. למשל טשעכיש,רוסיש און פויליש האבן שטארקע ענליכקייטן. ווייל זיי זענען סלאווישע שפראכן בשורשם. או רומעניש האט א סאך ווערטער און ענליכקייטן צו די לאטיינישע שפראכן, ווי ספאניש, איטאליעניש און פראנצויזיש. איך קען נישט רומעניש. אבער איך פארשטיי א סאך ווערטער און סענטענסעס אין רומעניש ווייל זיי זענען ענליך צו ספאנישע ווערטער. נאר ארויסגעזאגט אנדערש. משא"כ אונגאריש. כאטש ס'האט א ווייטע, אומדירעקטע שייכות מיט א סאך ספאנישע ווערטער. אבער דער רוב מנין ורוב בנין פון די שפראך איז נישט באזירט אויף ספאניש. מ'זאגט אז דער שורש פון די שפראך איז ענליך צו פינניש. "אוגרא-פינניק"...! כ'וועיס נישט (אזוי מיין רבי דער העילגער רבי פון סקווירא האט ליעב צו זאגן. (מרגלא בופומי' הקדוש.). ווייל איך העיב נישט אן צו קענען יענע שפראך...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. איך בין שטארק ברויגז אויף די גאליציאנער וועלכע פרובירן ארויסצוזאגן אונגערישע ווערטער. ערשטנס. ווי האבן זיי א רעכט...?! צווייטנס. זיי הרגנ'ען אוועק און צו בוטשער'ן די ווערטער. נעם למשל אזא פארהייליגט מאכל ביי אונז אונגערישע אידן (ס'איז דא נאך. למשל קאטשאניא) ווי קאקא-אוש קעיק. און זיי הרגנ'ען עס אינגאנצן אוועק. זיי זאגן עס ארויס (און דער עולם גולם טאנצט זיי נאך.) קאקאש קעיק. וואס ס'מיינט גאר אינגאנצן עפעס אנדערש אויף אונזער הייליגע שפראך. א קאקאש איז א האן. א תרנגול זכר. א ראאסטער א מובחר שבמובחרים פון די בראקל אפשטאם. וואס אונז ערליכע אידן זענען מהדר צו נעמען פאר כפרות...! ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע ווערטער וועלכע זענען פון די יסודי הדת. ווי למשל, די אויבנדערמאנטע קאטשאניא. ווי קען זיך אן ערליכער איד פארשטעללן פרייטיג צו נאכטס ביי די שבת'דיגע סעודה אז ס'זאלל נישט זיין קיין קאטשאניא צו די פיש וואס די רעבעצין שתליט"א האט אפגעקאכט....! ס'איז כמעט אזוי הארב ווי ביי מיר שבת קודש זאלל ח"ו הס מלהזכיר זיין אן בראנפן...! מ'קען נאך א סאך מאריך זיין איבער די נושא. אבער איך מוז באלד צוריקלויפן צו מיין באס צו די צאן קדשים...האטס מיר א גוטן טאג און א פרייליכן תמיד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 3:30 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מ'קען נאך א סאך מאריך זיין איבער די נושא. אבער איך מוז באלד צוריקלויפן צו מיין באס צו די צאן קדשים...האטס מיר א גוטן טאג און א פרייליכן תמיד...!


...!You must be the coolest bus driver around

images (4).jpg
images (4).jpg (18.7 KiB) געזען געווארן 507 מאל
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2121 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 08, 2018 8:59 pm

וואלווי...! א גרויסן יישר כח. אזוי גרויס ווי דער האדסאן ריווער. טייך בלע"ז...!

Thanks a Million.....! :like :D :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11552
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12812 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט