וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

הודעהדורך מיימון » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:57 pm

וואס איז דער ריכטיגער הברה פון דעם אות זאיען zayen אדער זויען zoyen? אין סאטמארער קרייזן הערט מען דעם צווייטן נוסח אבער כמעט איבעראל זאגט מען דעם ערשטן. וואס איז ריכטיג?

דא האב איך געפונען עפעס וואס זעט אויס ווי חילוקי דעות איך קען עס נישט געהעריג אפליינען https://books.google.com/books?id=zWK8CgAAQBAJ&pg=PA305&lpg=PA305&dq=zoyen+yiddish&source=bl&ots=AqIu33RfgR&sig=giZPA_ZjlKwdTOzLd_jT
ly0dEeY&hl=en&sa=X&ved=2ahUKEwie96_VltrdAhVRON8KHZWBDqcQ6AEwAXoECAkQAQ#v=onepage&q=zoyen&f=false

אין וויקיפעדיע שטייט yiddish zoyen אבער אן א שטרעכל אויפן o וואס מאכט ווייטער א ספק.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:06 am

ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1858
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2606 מאל

Re: וויאזוי זאגט מען דעם אות ז' - זאיען אדער זויען?

הודעהדורך HotCoffee » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:40 am

קל וחומר האט געשריבן:ביידע לינקס שטייט מיט א פתח.

דאס וואס אין סאטמאר זאגט מען זויען איז אולי ווייל אויף עברית מיינט דאס עפעס אן אבר פונעם גוף, און כדי נישט נכשל צו ווערן משום שאני מינות דמשכי האט מען אזוי משנה געווען. והוא רחום יכפר...
אדער ווייל ס'סאונדט אזוי ווי "Zion", און מזאל נישט נכשל ווערן מיט ציונות.
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 8:54 am
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:52 am

אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 210
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:28 am

לכאורה וואלט איך געזאגט אז ביידע זענען ריכטיג ווייל די ווארט זיין פון וואס די אויס ז' באשטייט מיינט געווער. און ווי געווענליך ווערטער אין לשון הקודש ווען עס איז ביי די ענדע פון א זאץ, אדער אין תנ"ך ביי א סוף פסוק, טוישט זיך די פת"ח צו א קמ"ץ. נעמט למשל די ווארט מים- וואסער, סיי צו מ'זאגט אים מיט א קמץ סיי מיט א פתח זענען זיי ביידע ריכטיג.
דרך אגב זענען פארהאן אנדערע טעותים וואס זענען נשתלשל געווארן ביים ארויסזאגען די אותיות. אין אסאך פלעצער זאגט מען ארויס די אותיות נו"ן אדער שי"ן אזויויי ניען אדער שיען. אויך ווען מען לערנט מיט קינדער אלף בית לערנט מען זיי אפט דעם אות יו"ד אלס יידעלע.
אויך די אות צד"י וואס מיינט פאנג איז נשתלשל געווארן צו זאגן אלס צדי"ק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1505
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 1789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1909 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:56 am

לבי ובשרי האט געשריבן:אדער מעגליך וויבאלד עס הערט זיך ווי 'כלי זיין'.

קל וחומר'ס פשט איז די ריכטיגע. כנלענ"ד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל


גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron