געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:05 am

די באקאנטע עפפ וואס לערענט אויס שפראכן "דאאלינגא" וויל ארויפלייגען אידיש, און מ'קען יעצט שטימען וואספארא מין אידיש זיי זאלן האבן אויף די עפפ. די אידיש פון די אידישיסטען (ייווא) אדער חסידישע אידיש אדער ליטווישע אידיש.

פארשטייט זיך אז פאר אונז חסידים איז גוט ס'זאל זיין חסידישע אידיש ווייל ס'העלפט בעסער עסטעבלישן אז אונזער אידיש איז די עכטע אידיש און נישט די אידישיסטישע אידיש וואס זיבן אהאלב מענטשען רעדן.

די פראבלעם אז חסידיש אידיש איז נישט גוט אין גרעמער איז נישט נוגע ווייל זיי האבן שוין מחליט געווען ווי אזוי די גרעמער וועט געניצט ווערן. די שאלה יעצט איז נאר אויף די הברה חלק, ווי אזוי די ווערטער וועלן ארויסגעזאגט ווערן.

די עולם איז מכובד צו שטימען פאר חסידיש אידיש!

https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... A/viewform
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

יידישיסטן און חסידיש אידיש

הודעהדורך פראפעסאר » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:53 am

אין א אידיש לייען-קרייז ביי דער אוניווערסיטעט טאראנטא האבן מיר נאר-וואס גערעדט וועגן דואלינגא'ס אנקעטע. מיר האבן זיך געפרעגט, וואס חסידים אליין האלטן פון דעם גאנצן ענין. איז, ס'איז אינטערעסאנט צו זען אייער פאסט! אבער איך בין אויך אנטוישט אז ביז אהער האט קיינער נישטט רעאגירט.

א יונגער מענטש אין קלאס האט באמערקט, אז ער ווייס פון אסאך יונגע, פאליטיש לינקע אידן וועלכע האבן געשטימט פאר חסידיש-אידיש. איך אליין האלט שוין לאנג אז ביי אונז אידישיסטן דארף מען לערנען און שטודירין די לעבעדיקע אידישע שפראך פון היינט, אזוי ווי מע שטודירט דאס היינטיגע פראנצויסיש אדער שפאניש אדער סיי וואס פאר א לשון. דאס פלעג נישט זיין קיין פאפולערע מיינונג, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.

אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער, כדי מיר אוסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. מיין אידיש איז מער-ווייניגער א יידישיסטישע יווא-יידיש, אבער איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענען רעדן מיט מענשטן וועלכע רעדן אידיש טאג-טעגליך. אויב זענט איר פאראינטערעסירט אדער אויב איר קענט עמעצן וואס וואלט געווען פאראינטערעסירט, שיקט מיר א מעסעדזש!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 9:04 pm
געפינט זיך: וויניפעג, מאניטאבא, קאנאדע
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:43 am

איך האב געשטימט פאר ייווא יידיש, ס'איז פיל גרינגער זיך אויסצולערנען חסידיש אידיש איינמאל מ'קען שוין ייווא יידיש ווי פארקערט.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2993
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2019 מאל

Re: געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:55 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר ייווא יידיש, ס'איז פיל גרינגער זיך אויסצולערנען חסידיש אידיש איינמאל מ'קען שוין ייווא יידיש ווי פארקערט.
אויך ווייל איינער האט געבעטן מ'זאל שטימען פאר דאס האסטו געברויכט שטימען פאר יענץ, ווען ער זאל ווען בעטן שטימען פאר יענץ וואלסטו געשטימט פאר עפעס אנדערש
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 617
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:58 am

פראפעסאר האט געשריבן:אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער,

סתם פאר א סייד נאוט (זייטיגע נאטיץ), 'וואסעווער' איז א חסידיש יידישע ווארט אדער א יידישיסטיש יידישע ווארט?
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:11 pm

https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... g/viewform

ווי אזוי זאל אויסקוקן די פאָן פאר אידיש?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 25, 2020 3:24 pm

אידיש האט זיך evolved און געטוישט פונקט ווי אלע שפראכן צו די היינטיגע חסידישע אידיש.
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6185
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3600 מאל


גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט