ענטוויקלונגען אין דער שפראך באניץ פון אידיש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

ענטוויקלונגען אין דער שפראך באניץ פון אידיש

הודעהדורך צפור בודד » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 6:03 am

צפור בודד האט געשריבן:@לאשיצער
אפשר קען איך מציע פאר אייער קומענדיגער ארבעט וויאזוי רעדנדיגער אידיש טוישט זיך ביי חסידים, לאו דווקא די כללים נאר דאס באנוץ (usage). אט האט איר דריי דוגמאות אין דער סדר פון זייער איינגווארצלטקייט:
1. מאדאל ווערב "וועלן" צו "גיין" אפילו וען ס'איז נישט באלד ערוווארטעט. למשל, פון "זיי וועלן נישט בויען" צו "זיי גייען נישט בויען". אדער, "ס'גייט נישט פאסירן" אנשטאט "ס'וועט נישט פאסירן".
2. ווייניגער נוץ פון "אהער". "קום דא" אנשטאט "קום אהער".
3. ווייניגער נוץ פון פאזעסיוו. דער הויז פון מושי, ווי איידער מושי'ס הויז. דאס קען זיין מער אין ישראל וואו אויף עברית קען מען נאר זאגן, הבית של מושי.


איך הייב אן דער אשכול ווי א המשך פון מיין הערה דא אויף דגמאות פון ענדערונגען וויאזוי מען ניצט אידיש, בעיקר רעדנדיג אבער אויך געשריבן. ס'איז וואס איך הער רעדן פון מענטשן וואס זענען אויפגעצויגן מיט אידיש און רעדן כסדר אידיש, ממילא רוף איך דאס ענדערונגען ווי איידער גרייזן.

דא איז נאך א דוגמא וואס איך באמערק.
ענדיגן א זאץ מיט "עס". צב"ש "איך בין מסכים מיט עס", אנשטאט "מיט דעם", אדער איך וויל "קויפן עס", אנשטאט "עס קויפן".
לכאורה איז עס פון ענגליש וואו מען קען ענדיגן א זאץ מיט "איט", כאטש אין שרייבנדיגער ענגליש איז עס אויך נישט שטענדיג מקובל.
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט