אויך ווייל איינער האט געבעטן מ'זאל שטימען פאר דאס האסטו געברויכט שטימען פאר יענץ, ווען ער זאל ווען בעטן שטימען פאר יענץ וואלסטו געשטימט פאר עפעס אנדערשרביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר ייווא יידיש, ס'איז פיל גרינגער זיך אויסצולערנען חסידיש אידיש איינמאל מ'קען שוין ייווא יידיש ווי פארקערט.
פראפעסאר האט געשריבן:אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער,
מפיל קינד האט געשריבן:יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.
מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...
yn.NY האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.
מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...
האלטס למשל אז "נעקסט לעוועל", "פיינע נייעס", וכו' וכו', וועט זיין א חלק פון די אידישע קורסן?...
ה'עמיר אויסגעפונען בקרוב... לעטס סטעי טאנ"ד!
berlbalaguleh האט געשריבן:yn.NY האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:יעצט גייט זיך אנהייבן פרישע מחלוקת וועלכע חסידישע אידיש זיי זאלן לייגן.
מעלות, מנחם מענדל, א. ראטה, באלייכטונגען, ראלניצקי, קול מבשר, אייוועלט, סטעטוס...
האלטס למשל אז "נעקסט לעוועל", "פיינע נייעס", וכו' וכו', וועט זיין א חלק פון די אידישע קורסן?...
ה'עמיר אויסגעפונען בקרוב... לעטס סטעי טאנ"ד!
מפיל קינד: ניין דו האסט פארגעסן די העדליין. וועלכן..."חסיד'ישן"... אידיש מ'זאלל ארויפלייגן. אבער עכט איז נישט קיין חילוק. ווייל צי מ'זאגט עס ארויס מיט א סאטמארער, בעלזער, וויזשניצער אדער מונקאטשער קנייטש פארשטייט מען נאכאלץ וואס דער בעל מימרא ווילל דא זאגן. די ליובאוויטשער הברה איז שוין עפעס אנדערש. ס'איז מער ענדליך (אויך נישט אינגאנצן גלייך) צו די ליטווישע הברה. (נישט הבהרה, אזוי ווי טייל וויללן זאגן. ווייל די לעצטע מיינט..."ערקלערונג"... נישט ..."אויסשפראך"...(!
פראפעסאר האט געשריבן:אין א אידיש לייען-קרייז ביי דער אוניווערסיטעט טאראנטא האבן מיר נאר-וואס גערעדט וועגן דואלינגא'ס אנקעטע. מיר האבן זיך געפרעגט, וואס חסידים אליין האלטן פון דעם גאנצן ענין. איז, ס'איז אינטערעסאנט צו זען אייער פאסט! אבער איך בין אויך אנטוישט אז ביז אהער האט קיינער נישטט רעאגירט.
א יונגער מענטש אין קלאס האט באמערקט, אז ער ווייס פון אסאך יונגע, פאליטיש לינקע אידן וועלכע האבן געשטימט פאר חסידיש-אידיש. איך אליין האלט שוין לאנג אז ביי אונז אידישיסטן דארף מען לערנען און שטודירין די לעבעדיקע אידישע שפראך פון היינט, אזוי ווי מע שטודירט דאס היינטיגע פראנצויסיש אדער שפאניש אדער סיי וואס פאר א לשון. דאס פלעג נישט זיין קיין פאפולערע מיינונג, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.
אגב, איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואסעווער, כדי מיר אוסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. מיין אידיש איז מער-ווייניגער א יידישיסטישע יווא-יידיש, אבער איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענען רעדן מיט מענשטן וועלכע רעדן אידיש טאג-טעגליך. אויב זענט איר פאראינטערעסירט אדער אויב איר קענט עמעצן וואס וואלט געווען פאראינטערעסירט, שיקט מיר א מעסעדזש!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט