שבת אחים: ייש"כ פאר דעם קאמפלימענט. איך וועל טאקע שוין מקיים זיין דיין עצה. אויך דעם תנאי נישט צו דערמאנען ר' סענדער דער וויזויהייסטער. זכותו יגון עלינו...
ר׳ בערל היקר, איבעיא להו. געווענטליך נוצט מען עס אין א פראוואקעטיוו סעקסיואל טערמין צי אין BDSM. קען מען עס נוצן אין אנדערע טערמינען אויך? אפשר דארף מען אריינקוקן אין נטעי גבריאל. ווי איז די פירוש חי׳ מיט די בילדער ווען מ׳דארף עס האבן? הא???
וואס איז טאקע די חילוק פון submission ביז Bondage?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
טרויבן88: וואס איז נישט פאסיג?. איך האב געגעבן אן ערקלערונג פון א ווארט. האט ש.א. געזאגט אז מ'קען דאס ווארט אויך נוצן פאר נישט אנשטענדיגע צוועקן. האביך איהם געזאגט אז איך האב עס נאר אויפגעברענגט מפרש צו זיין א נארמאל ווארט.
דער איצטיגער שמועס איז ממש פון וואס איך האב גערעדט. דיין שאלה איז געווען נישט אויפ'ן פלאץ. איך האלט אז דו ביסט נישט אזוי אומוויסנד צו פארשטיין דעם תוכן פונ'ם שמועס. וואס דו טוסט הייסט אינטעלעקטועל נישט האנעסט/ערליך...
געוויסע ווערטער האט מען באשאפן פאר געוויסע צוועקן און מ׳ניצט עס דוקא נאר אויף געוויסע טערמינען, די ווארט וואס ר׳ בערל האט דערמאנט האב איך נאר געזעהן אז מ׳נוצט עס אין ״פופציג שאוטענס פון גרעי״ וכיוצא בהן,וכדומה, היות איך האב נישט געליינט קיין ענגליש רוב חלק פון מיין לעבן האב איך געפרעגט אונזער ״שפראך מייסטער״ דער בעל עגלה קדישא צי מ׳קען עס ניצן אויף יעדע מין טערמין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמעקעדיג: ייש"כ. דאס ברענגט מיר צוריק אלטע (גוטע? לאו דוקא) זיכרונות. איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד. אלס בעל עגלה/באס דרייווער. די רביצן פון יענעם מוסד האט זיך באנוצט מיט די ארבעטערס פונ'ם מוסד, כאילו זיי זענען איהרע פערזענליכע קעניגליכע באדינערס. איין טאג בעט זי אז איך זאלל אפפיהרן די בעקעלעך (פון די קאקאש קעיק) צוריק צו איהר מאמע'ס הויז. און אויפ'ן וועג זאלל איך אפ סטאפן אין דראג סטאר אויפפיקן די מעדיצין פאר די קליינע קינדערלעך...אויך זאלל איך מאכן א סטאפ אין גראסערי ברענגען 2 באטלעך מילעך, עמערדזשענסי. וכו' וכו'. דאמאלס האביך גוט פארשטאנען וואס די ווארט ..."ערראנד" שליחות מיינט...!
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ווי ס'זעהט אויס איז אויף אידיש טאקע נישט דא א דעפינישן פאר דעים ווארט. איך האב נאכגעקוקט אין גוגל טרענסלעיט ביי דייטש. אויף דויטש זאגט מען .."דרויליך"...!. מ'קען עס צולייגן צו אידיש..."דרוי-ליך"...(באדראענד.)...!
אט יעצט האט איר געזאגט די ריכטיגע אפשטייטש- באדראענד-איז די ריכטיגע אפטיישט אויף אידיש. די ווארט האב איך געזוכט. דאנקע-שיינע...! קעסענע״ם סעיפא״ן בלע״ז.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius