דער שפראך וואס וואנדערט

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

דער שפראך וואס וואנדערט

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]אין א צווייטער אשכול פון [tag]געפילטע פיש[/tag] וואו ער האט פראבירט אפצולערנען וואס 'שם, לשון, מלבוש' באדייטן. למשל, וויאזוי איז ליפא געווארן א אידישע נאמען? וואס האט מען געדארפט טון מקדיש צו זיין א נאמען עס זאל הייסן א אידישע 'שם'? די זעלבע קשיא גייט אויך ארויף אויף 'יידיש'. דער 'הייליגער אידיש'. מיט וואס איז זי הייליג געווארן? איז דאס דען געווען אונזערע זעלבסשטענדיגע שפראך? מיט וואס איז יידיש מער הייליג ווי פראנצויזיש, אדער גאר דויטש? יידיש איז א פרעמדע שפראך! מיט וואס איז דאס הייליג? מיט וואס איז דאס אונזערס?

איז דא א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב געטראפען, אז טאקע פאר די פראבלעם האט מען אנגעהויבן אריבערצופירן און איינפעדעמען לשה"ק ווערטער צו אונזער אידיש, ווארום עס זאל נישט הייסן א שפת נכרי. עס זאל נישט האבן די ארגינעלע גלאנץ פון וואס אידיש איז געבויעט.

יעצט איז די פראגע פארוואס האט מען נישט פאר זיבן הונדער יאר צוריק אנגעהויבן רעדן ריין "דויטש" פארוואס האט מען געדארפט איבערמאכן דויטש צו אידיש, מה לי לצרה זאת, זאל מען רעדן ריין דויטש? פארשטייט יעדער אליין, אז דויטש איז א לשון לע"ז, א לשון נכרי. דעריבער האט מען געדארפט איבערמאכן די גויאישע שפראך, און עס איבערבייטן צום "אידיש". לאמיר אייך אריבערפירן צו א היסטארישע נאטיץ ביך, מיטן נאמען נוטריקון, אין די שפאלטן פון די ספר וועט איר זען - וואס אסאך ווייסן שוין - אז עס איז געווען "פיר ערליי" אידיש. וואס דאס ווייזט קלאר אן, אז דורכאויס די לעצטע הונדערטער יארן דארט ווי די אידן האבן געוואוינט און געוואנדערט, האבן זיי איבערגעטוישט די דארטיגע שפראך צו זייער אייגענע אידיש, כדי נישט צו רעדן די "לשון העכו"ם. און דאס איז וואס "יידיש" איז. ער באציהט זיך צו א ספר מיטן נאמען "פרעמיר פייאט" און פראבירט מסביר צו זיין מיט וועלכע שפראך די ספר איז געשריבן געווארן אין די דארטיגע תקופה.

וזל"ש: בעמוד אחד פיוט באותיות עבריות, ובעמוד שמולו תרגומו לצרפתית. הפיוטים בספר נכתבו בשפה נשכחת שנקראת "יהודית-פרובנסלית". בשפה זו דיברו וכתבו יהודי הקהילות בפרובנס (דרום צרפת). בדומה ל"יידיש" שמבוססת על הגרמנית, ה"לאדינו" שמבוססת על הספרדית, וה"ערבית-יהודית" שיהתא מבוססת על הערבית, כך גם ה"יהודית-פרובנסאלית" היא ניב יהודי המבוסס על הצרפתית ועל השפה האוקסיטנית המדוברת בדרום צרפת. ע"כ.

היוצא לנו מכל זה, אז מיר געפינען פיר ערליי אידיש, א) אונזער אידיש וואס איז געבויעט אויף גרמנית, ב) לאדינו, וואס איז געבויעט אויף ספרדית, ג) ערבית-יהודית וואס איז געבויעט אויף אראביש, ד) יהודית פרובנסאלית, וואס איז געבויעט אויף צרפתית און אויף אוקסיטנית.
יעצט אז איך האב אייך דערמאנט אז אידיש איז צוטיילט געווארן פיר מאל דורך כלל ישראל, וואס אידן האבן דאס געטוהן מיטן צוועק נישט צו רעדן די "לשון העכו"ם", וועט איר פרעגן פון וואנעט איך ווייס אז מען האט עס געטוהן מיט דיזע תפקיד. אלזא וועל איך אייך נעמען אויף א פרישע שפאציר, דאסמאל אין די ברעגן פון "משכיל אל דל" פון רבי הילל מקאלאמייא זצ"ל, דארט וועט איר טרעפן אז דאס וואס איך האב געזאגט איז 'זאת ועוד', נישט נאר מען האט איבערגעפלאנצט לשה"ק צו אידיש כדי עס כשר צו מאכן, נאר מען האט געטוישט די גאנצע דויטש צו אידיש, אויף א אנדערע אויסשפראך, און אן אנדערע אקצענט, מיטן ציל נישט צו רעדן די לשון העכו"ם.

ונראה לענ"ד לפרש הפסוק כפשוטו ולא יהיה צריך לסרסו, עיין חתם סופר אבן העזר (ח"ב סימן י"א) וז"ל, גם המה היו בקיאים בלשון לע"ז ובכוונה שבשו הלשון מגזירות לשונם (ירושלמי שבת דף ו' וקראו לפעסטה פעסט) עכ"ל. אם כן היהודים הדרים בין אומות העולם ובניהם אחריהם אשר נולדו ונתגדלו שמה, על כרחך מדברים בלשונם, וכדי שלא יהיו עוברים על גזירה משמונה עשר דבר שאחת מהן הוא שגזרו על לשונם, (משום שידעו וראו והבינו שברוב הימים אם שפה אחת לכולם, יהיה מביא דבר זה לקירוב ודיבוק והתערבות עמהם ולבסוף מביא זה לדרכי עבודה זרה כדאיתא בתנא דבי אליהו (סוף פכ"ג), משום הכי עשו מה שביכולתם ובכוונה שבשו אותו הלשון, דהיינו שמשבשים הלשון לע"ז ואינם מדברים אותו כראוי (פאטער- פאאטער, אנקעל- פעטער, טאנטע -מומע, גראספאטער- דעדע, בראט- ברויט), וכן משבשים אותו עוד מצד אחר דהיינו שמערבים עמו כמה תיבות מלשונות אחרות, מלשון הקודש, מתרגום, (אפשר, חלילה, שעה, האלבע שעה, ברכה זאגן, תפילין לעגין, חס ושלום, בלי נדר, מזל טוב, חתימה טובה, שנה טובה) וכיוצא בו, מעתה יש (ריינדייטש שהוא גויש דייטש, ויידיש דייטש), ובזה יצאו משום גזירות לשונם, שהרי עתה מרוחקים המה זה מזה, שהרי הלוע"ז או הנכרי המדבר מנעוריו (ריינדייטשֶ) אינו מבין (יידיש דייטשֶ) כשמערב עמהם לשונות האלו. ְ(חרטה, בעוה"ר).

ועיין בהערות להבין ולהשכיל (והוא ליקוט על ספר משכיל אל דל מהר' י"מ לעבאוויטש, על הוצאה חדשה של הספר שי"ל בחודש אלול תשע"א), וזל"ש: עי' דרשת חת"ס וזל"ש, והנה מרוב קדושת לשון הקודש, בעו"ה נשכח ממנו במעט קט זמן כמבואר אצלינו במקום אחר, ומרוב קדושת הלשון יש לשער ההיפך טומאת לשונות העכו"ם אשר המה חלק אלהים אחרים, ומשו"ה ראו אבותינו כי טוב לנו עכ"פ שלא ללמוד למהר דבר צחות לשונותם לגויהם והיו מדברים חצים אשדודית וחצים עברית וארמית ובלול ומעורב מלשונות שונות כנלעג לשון למען תהיה לנו לעדה לבלי התערב בעמים, ואמנם חדשים מקרוב, עצה העמיקו לברר הלשונות ולדבר צחת כל לשון על מתכונתו כדי להתערב עמהם, ומיום התפשט הנגע צרעת ממארת ההוא פשטה מינות בישראל בעו"ה וכו' עיי"ש. וע"ע בהוספות מהרצ"א על ספה"ק סור מרע ועשה טוב וזלש"ק, והנה בהיות ישראל נתונים בארצות אויביהם, הגם שהם מדברם בשפה אחרת כפי כח השר הארץ ההוא, עכ"ז מחוייבים להיו חלוקים בשפתם משפת העמים, דהיינו שהיה בלשונם ושפתם תערובות לשום הקודש, כאשר תראה לשון כל מדינה אשר בני ישראל מפוזרים בגלותיהם מדבר איש אל רעהו בתערובות לשון הקודש וכו' עי"ש.

אידן האבן אריינגעצווינגען לשון הקודש, איבערגעמאכט די דארטיגע שפראך, כדי נישט צו רעדן די לשון העמים. אידיש איז בלויז א איבערגעמאכטע געטוויקעטע שפראך, און איז דירעקט געצילט געווארן צו כשר'ן די דארטיגע שפראך.

פאר אינטערסאנטקייט, לויט די פירמע איז יידיש at risk פון ארויפגיין מיט רויעך.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר