א גאונות פון א סענטענס

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

א גאונות פון א סענטענס

שליחה דורך טאמבל סאס »

אפטמאל, וואס איך שטויס מיך אהן אין א סענטענס, פון וועלכער ניק ס'זאל נישט זיין, וואס ברענגט ארויס ביי מיר פארגאפונג. עס זענען דא פארשידענע ריזענס פארוואס א זאץ קען מיר באצויבערן, ומהן:

1) לישנא דמשתמע לתרי אנפין - ווען מען קען דעם זאץ אויסטייטשן אויף מער ווי איין אופן אזוי אז ס'זאל מאכן א חילוק ווי אזוי מען פארשטייט דעם נושא העניין.

2) ווען דער זאץ איז קעירפולי אינדזשענירט אזוי אז נאר געוויסע זאלן איר פארשטיין.

3) ווען די אויסוואל פון די ווערטער אדער סענטענס סטרוקטור איז קריעיטיוו בכוונה להבנת העניין, מיט די מינימאלסטע אמביגיועטי. לדוגמא, חכמים דברו בל' נאה וקצרה. כפשוטו שרייבעריש געשריבען.

4) ווען די הבנת העניין בלייבט דער זעלבער אבער די קריעיטיוועטי ווייזט זיך ארויס דערמיט - וואס א ווארט גענוצט אין דעם זאץ - איז א צוויידייטיגע. א מין ווערטער שפיהל. לדוגמא, ווען מען נוצט א ווארט וואס האט צוויי באדייטען אדער וואס אין דעם קאנטעקסט באקומט עס איצט א נייער באדייט; א מילה עברית וואס אין א אידיש סענטענס באקומט א נייער באדייט אדער למשל א ווארט וואס ווערט פון א רעליגעיזע קאנאנטעישאן נתהפך צו חול.

5) זיך ארום שפיהלן מיט די אותיות אין די ווארט אליין מיטן זיי ארומרוקן.

פארוואס לייג איך עס אין שפראך? ווייל נאך אלעם איז שפראך דער געצייג און דער אמצעי מיט וואס מען ארבעט.

דא האף איך אז דער עולם וועט ברענגען דוגמאות ויהנו מזה ציבור הקוראים. איך וועל זיין דער ערשטער.

יאיר אין אשכ' קדמות ס' הזהר אין א רעאקציע צו שליח: ויה"ר שלא יכשל החלש לשלוח יד ולשכל אשכול ששלח השחל בהשכל.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר