הצעה: פארבעסערטע טיטלען פאר הייראט-קרובים

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

הצעה: פארבעסערטע טיטלען פאר הייראט-קרובים

שליחה דורך העניך »

וואס איז דאס א פעטער? א פעטער קען זיין מיין טאטנ'ס אדער מאמענ'ס ברודער, אדער דער מאן פון מיין טאטנ'ס אדער מאמענ'ס שוועסטער. איר זעט דעם פראבלעם?

אין אונזער קולטור (כ'מיין דער קולטור פון רוב וועלט) האט מען אנגענומען אז דער אקט פון חתונה האבן מאכט דעם מענטש ווי א גוף אחד ממש מיט זיין/איר בן זוג און קרובים-טערמינען טראגן זיך ווייטער כאילו דאס וואלט געווען דער זעלבער מענטש. ממילא, היות מיין טאטע'ס שוועסטער איז מיין מומע, און זי האט חתונה געהאט מיט משה'ן, איז משה יעצט כאילו געווארן א גוף אחד מיט זיין ווייב מיין מומע, האט ער א דין פעטער. אבער דאס האט נישט קיין פשט! איז ער דען אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי אן אמת'ער ברודער פון איינער פון מיינע עלטערן? נישט נאר איז ער נישט קיין ביאלאגישער קרוב, נאר זיין קירבה'שאפט גייט א שטאפל ווייטער: אנשטאט צוויי שטאפלען (מיין טאטע'ס ברודער) איז ער דריי שטאפלען (מיין טאטע'ס שוועסטער'ס מאן).

דאס זעלבע ווען א מענטש האט חתונה ווערן אלע זיינע ווייב'ס פעטערס און קאזינעס פאררעכנט ווי זיינע פעטערס און קאזינעס. דאס האט נישט קיין פשט! מ'דארף א באזונדערן נאמען פאר קרובים וועלכע געווינען קירבה'שאפט דורך הייראט. מיר זעען טאקע אז לגבי געשוויסטער האט מען יא ספעציעלע ווערטער פאר הייראט-קרובים. מיין שוועסטער'ס מאן ווערט נישט מיין ברודער, נאר ער באקומט א ספעציעלן טיטל "שוואגער"; דאס זעלבע מיין ווייב'ס עלטערן ווערן נישט מיין טאטע און מאמע, נאר זיי ווערן שווער און שוויגער.

בין איך מציע אז א פעטער וואס איז נאר געווארן א פעטער צוליב זיין חתונה אדער צוליב דער חתונה פון דעם פלימעניק, זאל ווערן אנגערופן א "הייראט-פעטער". דאס זעלבע א קאזינע דורך הייראט זאל הייסן א "הייראט-קאזינע". און לאמיר הערן אנדערע הצעות.

גראדע זענען דא געוויסע שפראכן וואס האבן טאקע די חילוקים פאר אנדערע סארט קרובים, איז צייט אז אלע שפראכן זאלן דאס אדאפטירן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום העניך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר