צ' CH ג' G ווי איז די מקור

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

צ' CH ג' G ווי איז די מקור

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 9:38 pm

איך בין זייער נייגעריג ווער איז דער וואס האט ממציא געווען די טעם העליון וואס מען לייגט צו ביי געוויסע אותיות וואס דאס טוישט די אות ווי צום ביישפיל צ אויב לייגט מען צו ' צום אות צ' זאגט מען עס אזוי ווי די ענגלישע CH אדער ביי ג אויב לייגט מען צו א ' (כזה ג') ווערט דאס אזוי ווי די ענגלישע G
עס ווערט געניצט ביי די העברעאישע שפראך איז מיין שאלה יעצט האבן זיי דאס ממציא געווען אדער עס האט שוין עפעס א פריערדיגע מקור
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 9:22 am

ווי אזוי מען האט אמאהל געזאגט צ אדער ג קענסטו איבערלאזן פאר די בעלי דמיון, אין אמאליגער לשון קודש איז דער איינציגסטער וועג געוועהן דורך א דגוש, דער שטרעכעל איז א עברית מהלך.

די תימנער אידן האבן בקבלה אויף ווערטער אין די תורה וויאזוי צו לייענען, אפילו עס שטייט נישט. מיט אן אנדערע ג צו און אנדערע צ אדער אנדערע אותיות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2290
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 9:28 am

דאס וואס אונז אמעריקאנער יודען שרייבען ביי א קיצור מיט א שטרעכעלע, כגון ס'איז, איז אויך א פרישע המצאה, נאר וואס דען, מ'קומט כסדר אויף מיט נייע המצאות פאר פרארטישקייט, ס'האט גארנישט מיט עברית.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 10:34 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 10:30 am

אישתישבי האט געשריבן:ווי אזוי מען האט אמאהל געזאגט צ אדער ג קענסטו איבערלאזן פאר די בעלי דמיון, אין אמאליגער לשון קודש איז דער איינציגסטער וועג געוועהן דורך א דגוש, דער שטרעכעל איז א עברית מהלך.

די תימנער אידן האבן בקבלה אויף ווערטער אין די תורה וויאזוי צו לייענען, אפילו עס שטייט נישט. מיט אן אנדערע ג צו און אנדערע צ אדער אנדערע אותיות.

די הברה פונעם ג' איז נאך היינט דא אין געוויסע מסורות.

די הברה פונעם צ' איז לכאורה א חידוש פון עברית. פארוואס פונקט א צ'? לכאורה ווייל אזוי זאגן די אלטע ליטוואקעס א צ'.

די שטרעכל פון אויבן אנשטאט א דגוש ווערט שוין גענוצט אין לאדינו, און איז נישט קיין חידוש פון עברית.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2332
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1864 מאל


גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט