בלאט 1 פון 1

ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:15 am
דורך דוראק
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???