נייע ווערטער און טערמינען אין די ענגלישע שפראך

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

נייע ווערטער און טערמינען אין די ענגלישע שפראך

שליחה דורך יידל »

מעריעם-וועבסטער'ס דיקשיאנערי האלט אין איין צולייגן נייע טערמינען און ווערטער, ווען די אויסדרוקן ווערן גאר פאפולער און ווערן גענוצט דורך מער ווי אפאר רעספעקטפולע אויסגאבער. פאלגנד איז א ליסטע פון ווערטער וועלכע זענען לעצטנס צוגעלייגט געווארן צום ענגלישן שפראך:

systematic risk - סיסטעמאטישע סכנה: דאס איז ווען א באנק איז אין סכנה צו באנקראטירן אין סיסטעמאטיש מיטשלעפן מיט זיך א רייע בענק.
underwater - אונטערן וואסער: ווערט גענוצט צו באצייכענען מארגעדזש חובות וואס זענען העכער ווי די ווערט פון די קרקע אויף וועלכע זיי זענען געבארגט געווארן.
tipping point - נקודת משבר: איז די נקודה ווען די מצב ווערט אומטוישבאר און די סיטואציע פון וועלכע מ'האט מורא געהאט וועט זיכער געשען און מ'קען עס נישט אפשטעלן
energy drink - ענערגיע געטראנק: א געטראנק מיט אסאך קעאפין און טעאראין און זיך.
aha moment - אן אהא! מאמענט: א מאמענט אין וועלכע מ'באקומט א פלוצים'דיגע הבנה אין עפעס, א פראזע וואס איז געווארן פאפולעזירט דורך אופרא ווינפרי.
f-bomb - די עף באמבע: אראפלאזן די עף-באמבע באדייט אז מ'וויל זאגן דעם מיאוס'ן ווארט.
shovel-ready - גרייט פארן שאוועל: א פראזע וואס איז באקאנט געווארן נאך אבאמא'ס סטימולוס פלאן, רעפערירט צו א קאנסטרוקציע פראיעקט ווי מ'האלט שוין נאך די פלענער פאזעס און די שאוולען שטייען שוין גרייט אנצוהייבן בויען.
bucket list - א ליסטע פון זאכן צו טון "בעפאר מען שטויסט דעם באקעט" דאס הייסט בעפאר מען שטארבט. די פראזע איז פאפולערזירט געווארן צוליב די פאפולער מואווי מיט דעם נאמען
game changer: א נייע פאקטאר וואס טוישט דעם גאנצן סיטואציע
man cave - מאן הייל: א קליינטשיגע דירה'לע פאר א סינגל מאן (א שטייגער ווי די בחורים דירות אין ירושלים)
gassed : אויסגעניצט די גאנצע ענערגיע וואס מען האט.
earworm - אויער ווארם: א ניגון וואס בלייבט סטאק אין א מענטשנ'ס מוח און זיין מוח האלט עס אין איין איבערשפילן פאר אים, על אפו וחמתו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר