באשעפער, אייבערשטער, גאט!

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

באשעפער, אייבערשטער, גאט!

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין די דריי ווערטער, מיט וואס אונז באניצן זיך, צי אנרופן דעם בורא כל העולמים??

אויף לשון קודש, ווערט ער אנגערופן אדער "בורא", וואס מיינט "באשאפער", אדער "הקב"ה", וואס מיינט "דער הייליגער איז געבענטשט", אדער, "הוי"ה", "אלהים", "שדי", וכו', וואס אלע זענען שמות וואס באצוהען זיך, צו זיינע הנהגות, כמבואר בספרים.
הכלל אלעס זענען נעמען, וואס איך פארשטיי פארוואס מען רופט דער אייבערשטער אזוי.

אבער אויף אידיש, (וואס אונז נוצן זיך היינט מיט), פארשטיי איך נישט קיין איינס?!

"באשעפער" לכאורה מיינט "בורא" אז ער האט באשאפן (די וועלט), אבער עס וואלט געדארפט זיין "באשאפער"?!?

"אייבערשטער" לכאורה מיינט "דער פון אויבן" (אין הימל), אבער עס וואלט געדארפט זיין "אויבערשטער"?!?

און "גאט" פארשטיי איך בכלל נישט, חוץ אויב עס איז א שם העצם כמו "טיש" "באנק" וכדומה, וואס הגם אויף לשה"ק איז נישט דא קיין "שם העצם" אויפן באשעפער, אלעס איז נאר פעולות, אדער הנהגות הבורא.

און אגב אויף אידיש, ווען נוצט מען וועלכע נאמען? איז דא בכלל כללים אין דעם?

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר