"דאס היימישע אידישע ווערטערבוך" וויקי וועבזייטל

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
ארגאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:39 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

"דאס היימישע אידישע ווערטערבוך" וויקי וועבזייטל

שליחה דורך ארגאן »

א לאנגע מאל האב איך געוואלט א היימיש אידיש ווערטערבוך, אבער פארהאן נאר ראטה'ס ווערטער אוצר וואס גיט נאר סינאנימען. צוליב דעם האב איך לעצטנס געשאפט א ווערטערבוך וועבזייטל, דאס היימישע אידישע ווערטערבוך: http://heimishyiddish.com. אז מ'נוצט דעם וועבזייטל, בין איך פרייליך צו שטיצן און באצאלן פאר'ן וועבזייטל כדי מ'קען נוצן דעם בחינם.

דאס וועבזייטל איז א וויקי, ד"ה אלע קענען רעדאגירן די ווארט באשרייבונגען און קענען שאפן נייע איינסן, פונקט ווי אויף וויקיפעדיע. דאס וועבזייטל איז יעצט נאר א קליינס, טא ביטע האלפן רעדאגירן די בלעטער כדי עס זאל ווערן אלץ מער נוצליך פאר אלעמען.

----

די "סיסטעם" טעקסטן אויפ'ן וועבזייטל זענען א ירושה פון דעם סאפטווער און איז אביסל שווערליך זיך צו באקראצן. מ'קען נישט טוישן דעם טעקסט ווי געוויינטליכע בלעטער, אבער מ'קען רעדאגירן די סייט מעסעדזשן דא און איך וועל מאכן די ענדערונגען אויפ'ן וועבזייטל גופא. מ'קען אויכעט שיקן מיר א מעסעדזש וועגן דעם אויף ק"ש אדער אויפ'ן ועורטערבוך.

איך האף איר וועט האבן הנאה פון דעם ווערטערבוך וועבזייטל און וועט ביישטייערן צו דעם!
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — http://www.heimishyiddish.com
רעאגיר